Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
115
Einzelbild herunterladen

גירעכינט ווערען אז זיא ווערט פארשלייסט פיר איין שׁוֹהלע פיר ארימע קינדער! דער רייכער מאנן וועט געוויס ניט פארלאנגען אז זיין קינד זאלל פין אזא צדקה געניעסען אין ווען איינער זאל וועל־ לען זיין קינד יאה אריין געבען אין אזוי איין שוהלע, ער שעהמט זיך ניט ער זאגט איך ווילל אויך עססען פין קבצניש געלד אין איך וועל וועניגער אויף מיין קינד פאר צערין, אזוי איין קינד ווערד ניט אמאהל אויף גינעמען אין דער שוהלע. מען פאר צערט ניט קיין צדקה געלד אויף אזוי איין מענש וואס ער איז איין בעל כח אין איין פאר מעגליכער, נאר פאר דיא ארימע קינדער ווערט דאס פאר צערט, אין דארום איז פארפפליכטעט איידער מענש מיט צי שטייערן וועגען איין שולע פאר ארימע קינדער, דאס צווייטע איז איין שפיטאל. ווער ווערט אויף גינעמין אין איין שפיטאל? איין ארמער קראנקער מענש וואס ער האט ניט וויא צי ליעגען, דארט ווערט ער פארזארגט מיט דאקטאר, מעדיצינע, באדינונג, ריינקייט, מיט אלים וואס איין קראנקער בא־ נעטיגט, לאן קימען איין געזינדער מענש קאן ער אויף גינעמין ווערין אין איין שפיטאל? ניין: עס איז געבויעט נאר פאר קראנקע. זאלל איין פארמעגליכער מענש ווען ער איז קראנק געהן אין שפי־ טאל אריין, געהט ער אויך ניט, דער רייכער שעהמט זיך צי ליגען אין איין שפיטאל. אם כן איז דאך איין שפיטאל גיבויעט נאר פאר ארימע קראנקע מענשען, אלזא ווער עס גיבט צדקה פאר איין שפיטאל ווערד דאס גיילד געשפענדעט נאר פאר דיא ארימע קראנקע וואס זייא ליגען אויף דעם קראנקען בעט אין קאנין ניט ארימגעהן אויף זייערע פיס. בעטראכט אין זעהט איין מיינע ליעבע לעזער וויא הייליג דיא צדקה איז וואס מען גיט פאר איין שפיטאל. דאס דריטע אינסטיטוט איז איין בתי מחסה לזקנים, איין

אזיל פיר אלטע לייטע, דאס הייסט מען זאל בויען איין הויז מיט מעהרערע ציממערן וויא אלטע לייט זאללען זייער עלטער צי ברעגגען, וואהרשיינליך אז כשמו כן הוא, אז דאס הויז הייסט בתי מחסה לזקנים" איז דאס גיבויעט ניט פאר יונגע מענשען אין נאר פיר אלטע לייטע. אין וואס פאר איין אלטע לייטע זאלען דא אויף גינעמין ווערין? נאר אזעלכער וואס האט דעם טיטעל זקן, דאס הייסט א בן ששים, אזוי איינער וואס ער קען זיך שוין ניט פאר־