Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
114
Einzelbild herunterladen

= 114­

צייט וואס זייא האבען נאך צי פאר בלייבען אונטער דיא לעבעני דיגע בקור חולים" איז געמיינט איין שפיטאל, אז איין ארמער קראנקער זאלל ניט ליעגען אויף דיא גאססען אין תלמוד תורה" איז געמיינט איינע שולע וויא דער מענש זאלל געבילדעט ווערין. ער זאלל לערנען תורה עם דרך ארץ, אזוי וויא זייא האבען אונז געזאגט יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ". דרך ארץ מיינט מען וועלטליכע וויססענשאפט, ווען דיא תורה ווערד באקליידעט מיט הלכות דרך ארץ, באציהט זיך דער יפה" אויף דעם שילער יפה תלמוד, וויא שטעהן איז צו דעם שילער תורה עם דרך ארץ, אז ער האט געלערנט תורה מיט וועלטליכע וויססענשאפט. אללע אונזערע חכמים האבען געקענט פרעמדע שפראכען, דארום האבען דיא חכמי המשנה געזאזט: יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ". אין צים סוף זאגען זייא: ותלמוד תורה כנגד כלם אין דאס איז געמיינט דיא שולע. אין דאס זענען דיא געטיגסטע דריי מאי נאמענטע וואס איעדער מענש איז פארפפליכטעט זייא הילפע צי

געבּען.

יעצט וועלען מיר פארשטעללען דעם ווערט פין דער צדקה וואס מען גיבט פאר שולע אין שפיטאל אין דיא צדקה וואס מען גיבט פיר בוקארעשטער אזיל, דיא אללע דרייא אינסטיטוטען שטעהען אין דער שפיטצע דער האמאניטעט, אזוי האבען מיר פארגעשטעללט אין אנפאנגס פין דיעזעם פרק, וואהרשיינליך אין דיא צדקה וואס מענשען געבען פיר אזעלכע טייערע אנשטאלטען זאלל דאס הייסען דיא גרעסטע אין טייערסטע גאבע אינטער דיא אנדערע צדקות וואס אמענט איז פערעפליכטעט צי געבען אויף דער וועלט יאה עס איז אבער צו באדענקען, ווער עס דארף צי געניעסען פין דער צדקה, דארף מען איינזעהין אז דיא צדקה זאלל פערטהיילט ווערין נאר פיר אזעלכע מענשען וואס זיי האבען דיא ווערטה דערצי. צום ביישפיעל לאמיר נעמען איינע שטעטישע קינדערשוהלע וואס זיא ווערט געהאלטען פין דער געמיינדע אדער פין פערסאנאלשטייערן אין נאר פיר ארימע שטאטס קיני דער. מען לערינט דיא ארימע קינדער אין מען באקליידעט זייא נאך מיט בגדים אויך, וויא גרויס אין וויא טייער זאלל דיא צדקה