Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
113
Einzelbild herunterladen

113­

אן אויסצירעכענען דעם מענשענם מעלות אדער דיא שטופען וואס איין מענש שטייגט פין זיין געבוירען אן ביז ער קיממט צי דיא הינדערט יאהר, אין אזוי זאגט דיא משנה אין מסכת אבות: בן חמש למקרא, בן עשר למשנה, בן שלש עשרה למצות, בן חמש עשרה לגמרא, בן שמונה עשרה לחופה, בן עשרים לרדוף, בן שלשים לכח, בן ארבעים לבינה, בן חמשים לעצה, בן ששים לזקנה בן שבעים לשיבה, בן שמונים לגבורה, בן תשעים לשוח בן מאה כאלו מת ועבר ובטל מן העולם". אן דער מענש קימט אריין אין דיא 40 אדער 50 יאהרען איז ער ביים רעכטען פער־ שטאנד אז מען קען זיך מיט איהם בעראטהען, אז ער קימט אריי

אין דיא 60 יאהר הייטט ער א זקן", אלטער מאנן, אז ער קימט אין דיא 70 אריין הייסט ער שיבה", גרייז, אז ער קימט צי 80 הייסט ער גבור", ווייל דיא יאהרען האבען זיך געשטערקט אי־ בער דיא 70, אבער אן ער קימט צי דיא 90 אין לשוח" געהט ער שוין איינגעהויקערט, איינגעבויגען, הולך שחוח וכפוף ביז צים הינדערטער איז ער א מת אין עבר ובטל מן העולם, ער איז שוין ביים גריב. בן תשעים לשוח, זאגען דיא מפורשים הולך וכפוף ער געהט שוין איינגעבויגען אין פארקרימט, ער קיקט שוין אראב צי דער ערד, שוחה הייסט דער קבר אדער דער גריב, כי כרו שוחה לנפשי, זייא גראבען א גריב פאר מיין זעעלע( ירמיה י"ח כ'), , כרו לפני שוחה" זייא גראבען פאר מיר א גריב( תהלים נ"ז ז') כרו לי זדים שיחות" זייא גראבען מיר גריבער( תהלים קי"ט פר"ה) כי שחה אל מות ביתה". איהר הויז נייגט זיך צים טוידט( משלי ב' י"ח) , שיחה עמקה" איין טיעפעס גראב( משלי כ"ב י"ד). היינט לאמיר זעהן וואס דיא חכמי המשנה זאגען, זייא האבען אונז געלערנט אין האבען געזאגט: אלו דברים שאין להם שיעור אזוי וויא זייא רעכינען דארט אויס אללע מצות וואס צי איין מענשען גע־ הער. אונטער דיא מצות ווערט דערמאנט הכנסת אורחים, בקור חולים" אין תלמוד תורה. הכנסת אורחים איז געמיינט אז מען זאלל מקרב זיין אלטע לייט, ווייל זייא זענין אורחים. זייא האבען שוין דורכגערייזט דיא וועלט, נאר זיי האבען נאך א קליינע צייט צי בלייבען אין שטאדט, זאלל מען זייא מאכען איין בתי מחסה לזקנים" כדי זייא זאללען האבען וויא זיך אבצירוהען דיא קורצע

( 8)