Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Einzelbild herunterladen

זעהר געעהרטער הערר!

דאס געגענווערטיגע ביכעל איז א פראדוקט פין א 70 יעהריגען אלטען מאן וואס ער שיקט דאס פאר א נעטיזנע צום גיזעגנען זיך פין דיא פערלעבטע ביטטערע טעג.

נאך א 30 יעהריגער שווערער פלאגע, מיינע יודישע ברידער אין רומעניען שטאף צי ליעפערן פאר זייער געשיכטע אין דעם היעגען לאנד וויא איך בין גיבוירען, נאך דעם געלינגען פין מיין היסטארי­שער זאממלונג וואס איך האב פערעפפענטליכט אין 2 ביכער אין פארגעלעגט דער געלעהרטען וועלט, האב איך מיינע איבריגע לע־ בענסיאהרע דעם פעראיינסוועזען געווידמעט אין גאנץ בעזאנדערס דעם פעראיינע וואס איך בין איינער פין דיא וואס האבען איהם אינס לעבּען גערופען, דאס איז דער פעראיין צור גרינדונג פיר

איין אזיל פיר אלטע לייט בתי מחסה לזקנים.- דאס אזיל איז ענטשטאנדען, זיינע מויערן וואס איך האב מיך ארים זייא געפלאגט שליעסען מיך אצינד איין; דאס הויז געוויננט פין טאג צי טאג מעהר קראפט, איך ווער עלטער אין שוואכער; דאס אינסטיטוט בליהט אין זעהט נאך א שענערע צוקונפט אקעגען, איך פער־

בליהע אין זעה דיא העלפט פין מיין זעהעקראפט דרינען פערלוירען. איך האב געפיהלט אין מיר אדראנג, איך זאל, בעפאר איך הער אויף גענצליך צו זעהען, דיא געשיכטע פון דעם אינסטיטוט אין פין דיא וואס ווערדען דארין בעהויזט פאר דער נאכוועלט בעשרייבען. א דאס ווערק וואס ליעגט פאר אייך ענטהאלט דיא בילדער וואס איך האב זייא געקריצעלט מיט מיינע בלינדע אויגען, אלס בעשרייבונג פין דעם ענטשטעהען אין בעשטעהען פין דער גענאננטער אנשטאלט. בעטראכטעט דאס, איך בעט אייך מיין הערר, פאר איין ארמער ירושה פין איין אלטען אבגעמאטטערטען מאנן וואס האט זיך צי טויט געפלאגט פאר אללגעמיינע יודישע אינטערעססען, אין רעכינט אייך איין דיא גאבע וואס איהר גיבט פאר דעם ווערק פאר א מיטליידיגען ביי­שטייער צי דער ערהאלטונג פין עטליכע איבערפליססיגע יאהר פין דעם פערפאססער וואס צייבענט זיך אייך טיעף ערגעבען

יעקב ב"ר אשר זעליג פסנתר

בוקארעשט בירח שבט תרין לפ"ק אדרעססע: א. שטיינבערג קאלעא וואקארעשט, 24, בוקארעשט, פיר יעקב פסנתר