-208
מיר בעטען דיא אללע מעמברע דע וועטש דיא עוויגע מיטי גליעדער וואס זייערע נאמען זענין גראווירט אויף דיא שטיינער, זייא זאללען מאכען איין גענעראלפערזאממלונג אין מען זאל פער־ אייניגען דיא דריי אינסטיטוטען שוהלע שפיטאל אין אויך איניעס זאלל גיוועהלט ווערין אנשי אמת שונאי בצע אין עס זאלל גע־ פיהרט ווערין אמתה רעגולירטע ביכער אין דורך דיא אינסטיטור טען זאלל דיא שטאט פעראייניגט ווערין אין עס זאלל געפיהרט ווערין דיא גאנצע געמיינדע אזוי וויא פאר אלטע צייטען אין מען זאלל זעהען אז קיין אלטע ארימע יודען זאללען זיך ניט וואלגערן אין דיא גאססען, אזוי וויא מיר האבען גיזעהן ערשט פאר עטליכע וואכען וויא איין אלטער יוד פין איבער דיא 80 יאהר האט זיך גיוואלגערט אויף דער גאס נעבען דער גרויסער שיהל אין מען האט איהם ניט גיוואלט אריין נעהמען ניט אין שפיטאל אין ניט אין בתי מחסה לזקנים, אין ערשט פאר עטליכע טאג איז דארט אונטער דיא טרעפ פין דער ווייבערישער שיהר איבערגעפרוירען גיווארען איין ארמער יוד.27
מיר שליעסען אונזערע ביאגראפישע געשיכטע מיט דעם אפעלל אין איך בעט מיינע ברידער, דא אין לאנד אין דיא גוטהערציגע אין פרעמדע לענדער אז מען זאל מיך שטיצען אויף מיין עלטער אין דעם 70 סטען יאהר פין מיין לעבען.*) אין דעם אויל האב איך פערלוירען מיינע אויגען. גאט זאל שיקען זיין השגחה אויף אונזערע ברידער אין זאלל זייא בענשען מיט אחדות אין מיינע שונאים זאלל גאט מוחל זיין.
לא יקרא שמי עוד יעקב כי אם ישראל יהיה שמי, כי שריתי עם אנשים. אנשים כמו שפירש רש"י ז"ל עם עשו ועס לבן.
*) אי"ה בחג השבועות תר"ן פייער איך מיין שבעים מאהל.