-207
שאלה 2. פאר וואס זאגט איהר ניט וויא אזוי קימט דאס געלד צי ר' אברהם גארפונקעל? שאלה 3. פאר וואס זענט איהר ברוגז אויף מיר? אפשר דער פאר ווייל איך האב ענטדעקט דיא גרינדונג דעס פעראיינס גארפונקעל. , בתי מחסה לזקנים" אין האב דאס געלד געבראכט צי ר' אברהם
שאלה 4, אין דעם דאקומענט וואם איהר האט איינגעמויערט אין דער טימעליע פאר וואס האט איהר ניט דערמאנט מיין נאי מען אויך? איך האב גיארבייט גלייך מיט אייך. שאלה 5. פאר וואס האט איהר מיר אבגעזאגט פין דער שיהל אפשר דער פאר ווייל איך האב ניט געטראגען גלייך דעם אתרוג אדער ווייל דער נר תמיד איז בייא נאכט פערלאשען גיווארין. שאלה 6. פאר וואס האט איהר מיין גרייצער גירוֹיבט אין אוועק
גיגעבין אזעלכע מענשען וואס מען דארף זייא ניט געבען? שׁאלה 7. פאר וואס האט איהר מיין פרנסה ציגינעמין אין גע־ געבען איין אנדערן וואס ער האט גאר ניט גיהארוועט בייא דעס אזיל?
שאלה 8. א יענקיל פלאממער וואס ער איז א סוחר אים פאללען זיננע דעס ווארטעס אין איז נאך בייא אללע קרעפטען אין האט געלד אויך אין קהלט זיך אין דיא בתי מדרשים אין קריעגט זיך אויס מיט אללע ארדענטליכע מענשען, דער הייסט איין זקן אין אױ'ל, דער עסט דאס ארימע גיבעטעלטע ברויט אין אין מקבל פין אללע צדקות וואס מענשען געבען פאר דיא אונפעהיגע אלטע לייט וואס זייא געפינען זיך דארט. הערר ברייער האט תמיד גע־ זאנט אז פלאממער וועט ניט זיין פאלט אים דאס אזיל, ער ווייסט ניט אז דער קאמאנדירענדער פאלט אראב פין דעם פערד אין דער שלאכט קימט איין אנדערער אין קאמאנדירט אין דיא מלחמה געהט פארווערטס. פאר וואס איז ער ניט געקיממען פריהר מיט 10 יאהר ער זאל ארבייטען פיר דעם אזיל אהנע געלד, אזוי וויא מיר האבען געבלוטעט דאריבער?