- 112
-
דיא אייגענע פעהלער וויא דאס קינד אין דערפאר האט איהם איעדער פיינט אין איבערהויפט דורך דער אומריינקייט קעננען איהם זיינע אייגענע קינדער ניט ליידען. אויך ווען ער איז א רייכער מאנן לאכען אונד שפאטען פין איהם זיינע אייגענע דיענער. יעטצט איז דיא פראיע אז דער אלטער מאנן קימט יא אין
דער נאטור פין א קליין קינד אין אז עס טרעפט זיך איהם אויך אז ער מאכט דיא קינצען וואס א קליין קינד מאכט, פאר וואס האט מען דאס קליינע קינד ליעב אין מען קי w ט עס האטשע עס איז אומריין אין דער אלטער ווערד פון א יעדען, אין זאגאר פין זיינע אייגענע קינדער, פעריאגט וויא איין באנדיט? דא זעהט מען דיא געטטליכע השגחה אדער דיא וועלטליכע נאטור: דאס קינד איז ערשט געבוירען הייסט ער א דור בא ער דארף ערשט דיא וועלט בעשטייגען, אין דער אלטער מאנן הייסט א דור הולך, ער דארף זיך שוין פין דער וועלט שיידען. דארום ציעהט דיא נאטור דיא ליעבשאפט אויף דעם יונגען קינד אין דיא פיינדשאפט אויף דעם אלטען מאנן אין טאקע כדי דער יונגער מענש זאלל צופריע־ דען זיין וואס דער אלטער טראגט זיך שוין איבער. דארום מיינע ליעבע לעזער האב איך פעראייניגט דאס בתי מחסה לזקנים צי דיא צוויי הייליגע מאנומענטע. אזוי וויא עס איז נעטהיג איינע שולע אין איין שפיטאל אזוי איז נעטהיג איין הויז פיר אלטע ליט אונזער הייליגע תורה האט אויך ניט פערגעססען אין דעם אלטען מאנן אין האט אונז אנגעזאגט: מפני שיבה תקום" פאר איינען גריין זאללסט דוא אויפשטעהן. אין זאללסט שטעהן פאר איהם, דאמיט איז ער ניט געדעקט. אונזער הייליגע תורה איז א־ לעגאריש געשריעבען, איין יעדעס ווארט האט איינע בעדייטונג. מפני שיבה תקום, פאר דעם גריין זאללסטי א געצעלט אויפר שטעללען, אזוי וויא גאטט האט געזאגט צי משה„ תקים את המשכן אהל מועד( פ' פקודי) דיא אייגענע בעדייטונג האט דער פריהריגע תקוּם אוֹיךְ: מפני שיבה תקום, דיא זאללסט זארגען פאר דעם אלטען מאנן אין זאללסט איהם אויפשטעללען איין געצעלט צום פערזאממלען, דאס הייסט איין בתי מחסה- זקנים, דאמאלס וועסט דיא מקיים זיין דאס וואס דיא תורה זאגט:„ והדרת פני זקן ויראת מאלהיך( פ' קדושים). נאך דער תורה קימט דיא משנה אין העבט