Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
126
Einzelbild herunterladen

-

126­

שטאטוטען האט באדארפט איעדער מענש מיט גורל אויפגינעמין צי ווערין. מען האט אבער דעם גורל אויף איין זייט געלעגט אין מען האט אויפגינעמין אהנע גורל. דיא אסתר נאך מיט איין אלטער פרויא זענין געבליבען ניט אויפגינעמין אין נאר איין פלאץ איז גע־ בליבען וואקאנט פאר איין פרוי, האט מען געמאכט א גורל, אין דער גורל אויף איהר געפאללען, אין ווייטער איז קיין איינציגער מענש ניט אויפגינעמין גיווארין מיט גורל.

2) יוטע ליבערמאנן, 60 יאהר אלט, 3 זיהן, 6 אייניקליך, 2 איראייניקלעך אין א קליינע משפחה, דיא יוטע איז אויך איינע פין דיא ערשטע פרויען וואס מען האט אויפגינעמין אים יאהרע 1881. 3) רבקה דיא עגונה, 60 יאהר אלט, 1 זיהן א בחור, זיא איז עלענד, קיין שום פריינד, זיא האט מען אריין גינעמין אין אזיל זיא זאל זיין קעכין, אזוי האט זיא גיקאכט 2 יאהר אין ווייל זיא איז איין קרענקליכע האט מען צי גינעמין איין קעכין אין זיא האט צי גיהאלפען אין דורך דיא רכילות פין יענקיל פלאמער האט מען זיא ארויסגעווארפען פין דעם אזיל. זיין האלבע שטאדט איז דער פאר ברוגז גיווען אין אלע צייטונגען האבען געשילדערט דאריבער ביז דיא מאדאמע אקסענבערג האט פאר איהר גיבעטין אין האט זיך גילאזט קאסטען געלד האט מען זיא צוריק אריין גינעמין. 4) האדיל פריעדמאנן, 70 יאהר אלט, 3 זיהן, 1 טאכטער. 8 אייניקליך 1 איראייניקעל, 5) רחל ברענער, אלט 62 יאהר, 1 טאכטער, 3 אייניקלעך. 6) רחל לאה סאלאמאן, אלט 61 יאהר, משפחה שענפעלד, 3 זיהן. 3 אייניקליךְ, 7) אסתר לאקס, אלט 78 יאהר 1 טאכטער, 2 אייניקלעך 4 אידאייניקלעך, 1 איר־איראייניקעל פין דעם 4 טען דור. גאר קיין

משפחה.

8) רחל נאדלער אלט 64 ואהר 2 זיהן, 2 טעכטער, 24 אייניקליך, 3 איראייניקלעך. 9) פייגע קריינע דיא גאלינגערין, אלט 76 יאהר, 2 זיהן, 1 טאכטער, 16 אייניקלעך 5 איראייניקלעך, 1 איר־איראייניקעל פין

דעם פערדין דוֹר.

10) רחל לאה עלקיס, אלט 72 יאהר, 1 טאכטער 3 אייניקליך.