Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
127
Einzelbild herunterladen

11) שרה מייא, אלט 58 יאהר, דיא האט קיין קינדער קיין משפחה זיא האלט זיך אין לאדען מיט איין קריסט וועגע צווייא טויזענד פראנק האט זיא דאס געלד פערשפראכען דעם קאמיטע צי געבען אין דער פאר זאל מען זיא אריין געמין, דעס ס נט געארגע 1888 האט מען זיא אריין גינעמין אין דאס געלד וועט מען נעהמען ווען יענער וועט געבען. 12) רייזיל הארנשטיין, אלט 75 יאהר 1 זיהן אין פאקשאן אין ניט קיין ארמער, 2 טעכטער, 4 אייניקלעה, 2 איראייניקלעך. דיא פאמיליע הארנשטיין איז דא אין פאקשאן, באקוי אין באטא־ שאן. זיא אין אויפגינעמין גיווארין סאנט געארגע 1888 אין ערשט גיקימען אין אזיל אריין 15 יוני, ווייל דיא קינדער האבען זיך גע־ עהמט אז זיא זאל זיצען אין אזיל. זיא איז איינע קראנקע פרויא איין באנעמענע אין דארף איין דיענסט האבען נעבען זיך. זיא איז שמואל גענזעלס א שטיפמאמע, זיא האט גיהאלטען זיין טאטען דעם באלעכעווער פאר איין מאן, זיא דארף אליין האבען א דיענסט,

נאר דיא דיענסט וואס זיא באדיענט דאס גאנצע הויז באדיענט

זיא אויךְ

13) חנה שאץ פישילס, 56 יאהר אלט, זיא איז אויפגינעמין גיווארין אין אזיל 12 יוני 1889, זיא האט גיגעבין 500 פראנק אין האט זיך אסיגורירט אויף לעבענסלענגליך אין אויל צי זיצען. פאר געלד האט מען זיא אריין גינעמין אויך אין מיטען זימער מען האט ניט גיווארט אויף משך דירות יעצט וויינט זיא נאך דעם געלד אין זיכט איין צייט אז זיא זאל ארויס פון דעם הייליגען אזיל,

1) הזקן ר' לוי פאסימאניק א גיוועזענער שמיקלער איין מאן פין 75 יאהר, דער איז נאך בא דיא גאנצע קרעפטין ער איז איין פאמיליען פאטער פין 3 טעכטער, 8 אייניקלעך, איין איראייניקעל. 2) הזקן ר' דוד חשמל( עקיבא חשמל'ס פאטער) איין מאן פין 78 יאהר, איין פאמיליען פאטער פין איין טאכטער 10 אייניקי ליך, 5 פין עקיבא חשמל אין 5 פין זיין טאכטער אין 2 איראייר ניקלעך. דייר דוד חשמל איז איין האראפאשנע מענש פין דער נידריגסטער קלאססע, ער איז נאך היינט ביי דיא קרעפטין מעהר וויא איין אנדערער אלטער מאנן. ער טראגט נאך היינט דעם