גרויסען קויש מיט פלייט אין מיט ביינער פיר דעם אזיל, ער געהט פין איין העקער ציס אנדערן אין נעמט מן הבא בידו. 3) הזקן אייזיק זיסא, איין גיוועזענער מלמה, אין מאן פין 75 יאהר, יעצט איז ער איין אלטער מאגן אין שואך אויף דיא אויגען הולך ערירי, איין גאנץ עלענדער מענש אהן קינדער אהן פריינדע. 4) הזקן מאיר שבתי, אין מאנן פין 87 יאהר. איין גיוועזענער שניידער, איין פאמיליען פאטער פין 4 טעכטער, 15 אייניקלעך ער איז נאך בייא דיא שעהנע קרעפטען
ה 5) הזקן ר' אברהם יצחק גרינבערג סנדלר, איין מאנן פין 75 יאהר איין שענער בעל משפחה, 2 זיהן, 2 טעכטער, 16 אייר ניקליךְ,. 6) הזקן ר' מרדכי אסתריס, איין גיוועזענער סטאלער, איין אלטער מאנן פין 86 יאהר קיין שום קינה, הולך ערירי, ר' מרדכי איז איין קראנקער מענש, איעדעס מאהל פאלט ער צי בעט אין עס פאקט איהם א קארטש אין דיא הענד אין פיס. ד'א השתנה קאן ער ניט לאזען נאר טראפען ווייז, ווייל ער האט אשטיין שוין
פין אפאר יאהרען. 7) הזקן ר' הירש מענאקע( איין דארף וויא ער איז גיזעסין), איין מאנן פין 75 יאהר, אין זיין יוגענד איז ער גיוועהן איין מא־ שיער אין איין ווייצען הענדלער, אויף זיין עלטער איז ער געבלי־ בען ארים אין קראנק קיין שום פריינד נאר איין טאכטער נאך א בתולה.
8) איציק מאיר בערגער, איין אלטער מאנן פין 81 יאהר, הולך ערירי, ער האט קיינע קינדער נאר איינע שעהנע משפחה פיינע לייטישע מענשען, אין דער יוגענד האט ער זיך גינערט פין סוחרייא אין דער נאך איז ער גיוועהן אסאך יאהרען חזן – אין גאס־ טערס שיהל. יעצט אויף דער עלטער זיצט ער אין אזיל. ער איז איין שוואכער אלטער מאנן ער געהט קויס ארזם אויף דיא פיס, ער איז איין יוד מיט תורה. ער זיצט אין לערנט אין דיא פריינד פערזארגען איהם מיט בייצערונג ער האט ביז צוועלף פראנק א חודש, ער שמעקט אין רייכערט אין טרינקט י"ש, אין באד אריין געהט ער ניט פארצעהרין עטליכע פראנק ער האט ליעב א ווער־ טעלע צו זאגין אין קאטוֹעס( שפאס) צו טרייבען וויא עס פאסט זיך.