-129
9) שלמה ראפאפארט, איין מאנן פין 65 יאהר 2 טעכטער 1 זיהן, 21 אייניקלעך, א שעהנע משפחה. דער האט זיך גירעכינט אונטער דיא כלי קודש, איין אונטער־חזן, באהאנדעלט חתונות. ברית מילות. בא דיא טויטע משניות. מלא'ס אים יאהרע 1882 האט מען איהם אריין גינעמין אין אזיל,
10) יעקב העפלער, איין מאנן פין 66 יאהר, 3 זיהן, 3 טעכ־ טער, 11 אייניקליך, 5 איראייניקלעך אין אשטיקעל בעל משפחה אפילו א שעהנע דא אין בוקארעשט, ער איז גיוועהן איין הויזירער, ער איז ניט געזינד אויף דיא פיס. איהם האט מען אריין גינעמען אין אזיל אים יאהרע 1882.
11) בערל כהן איין מאנן פין 69 יאהר. דער בערל כהן אין איין עלענדער מענש אהנע קינדער, אהנע משפחה, עלענד וויא א שטיין, ער איז געבליבען א בחור בין אין זיין עלטער אריין. אין אין אזיל איז ער בלינד גיווארין אויף ביידע אויגען. ער איז גיוועהן אין איין פעראיין כבוד התורה, דיא חברה איז צי שלאגען גיווארין
דער חזן ר' בערל מיט זיין פרויא ע"ה זענין אויפגינעמין גיווארין אין אזיל וועגען א פאליטישען ציעל, איך וויל עס אייך מיינע ליעבע לעזער ערקלערען, דעם ר' בערילס פרויא איז גיוועהן א נאהנטע פריינד מיט דיא יורשי צענטלעך אין דארום האט דאס קאמיטע געמיזט לאזען איהם זיין חזן אין דער שיהל וואס זייא האבען גיבויעט, זאנסט האבען זייא געדראהט אז זייא וועלין אויפהערען צו געבען דיא 300 פראנק, וואס לויט טעסטאַמענט פין דער גאטזעליגער מאדאם צענטלער איז בעשטיממט יעדעס יאהר צי איהר יאהרצייט דעם אזיל צי געבען דיא יורשי צענט- לער האבען זיך נאך מעהרערע מאל גיפריווט אין האבען ביים קאמיטע פערלאנגט מין זאל רעם חזן אבגעבין א ציממער אין אזיל צום וואונען אלץ פאר דעם זכות וואס זייא האבין דיא שיהל גיבויעט וועגען אזיל, דאס האבין זיי אבער בשום אופן ניט גיקאנט אויספיהרען, ווייל דאס קא מיטע האט דאס ניט גיוואלט ציגעבין, נאר אבער דאס פאריגע יאהר ווען מיכאלאוויטש מיט דעם דו. בלומענפעלד האבין מיר נאך אלע פערזעקוציאנען וואס איך האב פין זיי אין דער גאנצער צייט געליטען נאך דעם לעצטען טאדעסששאס גיוואלט געבין, נעמליך מיך פין דער שיל אלס שמש אויסצישטויסען, נאר זייא האבען אבער איינגיזעען אז דער גבאי ר' אשר קענין האלט מיט מיר אין ער איז דאך איין אנקעל דיא צענטלערס, וועט ער מיט זייא ארבייטען אז מען זאלל מיר ניט אבזאגען פין שמש צי זיין אין זייער שיהל, זענין מיינע פאר גיטע פריינד דער דר. בלומענפעלד מיט מיכאלאוויטש ניפאלין אויף דעם פאליטישען פארטעל אין האבין פערשפראכען דעס הזן אין אזיל אריין צינעמין אין דער פאר זאל דער גבאי מיט דיא צענטלערס זיך נישט מישען ווען מען וועט מיך פין דער שיהל אלס שמש ארויסווארפען. אבגעמאכט אין אבגעטיהן. מיך האט מען פין דער שיהל ארויסגעשטעלט אין בערלין מיט זיין ווייב האט מען אין אזיל אריינגינעמין. קורץ ביז אין אפאר וואכען איז ר' בערילס ווייב גישטארבען אין דער חזן איז געבליבען אין אזיל א זקן פין 56 יאהר, נאר עססען האט ער ניט גיוואלט פין דער קעך פון דעם אויל, ווייל נאך זיין מיינונג איז דאס עססען אין אזיל טריפה אין ער אלס ערליכער יוד אין חזן האט דאס ניט גיוואלט עסען אין אזוי איז עד אין אזיל גיזעסען ביז אין חדש חשון תר"ן אין ער האט זיך נעבעך זיין ביססעל געלד וואס ער האט גיהאט אין קאסע דע דעפונערע ערך 2000 פראנקס ארויסגינעמין אין אין אוועק גיפאהרען קיין מאלדאווע דארט התונה האבין אין אזוי איז געבליבען וועניגער איין זק אין אזיל,( דער בעריל הזן איז גיזעסין מיט לוי פאס ימאניק ציזאמין אין ער קער זיך גאר ניט אן מיט דעם בער ילכהן וואס מיר האבין אויבען געשריבען.)
( 9)