Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
130
Einzelbild herunterladen

130­

אין עס זענין געבליבען נאר 6 מענשען זייא האבען גיהאט איין ספר תורה מיט איין ביסעל זילבער האבען זייא דאס געשענקט אין אזיל אריין מיט דער קאנדיציע, אז מען זאל דעם בערל כהן ארייננעהמען אין אזיל אין מיט דעם באדינג האט מען איהם אריין

גינעמין. ער איז דעמאלס גיוועהן זעהינדיג אויף ביידע אויגען, 12) מיכל גאזניק, איין מאנן פין 60 יאהר, איין קליינער פא מיליען פאטער פין איין טאכטער, איין אייניקעל, ער פלעג זיך גי־ נערען מיט גאז ארים טראגען, ער איז א פראסטער מענש אין פאסט מאנטאג אין דאנערשטאג. ווען מען האט איהם אריינגינעמין האט ער קיין פלייש גיגעסין, ער האט ניזאגט עס איז טריפה, האט ער נאר גיגעסען פאסאליס, ער האט דאס ניט גיקענט אויספיהרען. עסט ער שוין פלייש נאר פאסטען האלט ער אלץ מאנטאג אין

דאנערשטאג

18) ר' הערציל וועקסלער, איין מאנן פין 58 יאהר, א קליינע פאמיליע 2 טעכטער 1 זיהן, 2 אייניקלעך, דער הערציל איז גי־ וועהן איין הויזירער ער פלעג ארים געהן מיט סחורה. אז עס איז פאר באטען גיווארען דער אמבולאנט־מסהר האט ער גיגעבין 150 פראנק ער זאל ווערין א מעמברע דע וועטש אין מען זאל איהם ארייננעהמען אין אזיל עד היום הזה. ער איז נאך איין קרעפי טיגער מאנן פיר דער היינטיגער וועלט. 14) שלמה בויכנער הכהן, אדער שלמה בעלפער( שתפו של " ענקיל פלאמער,) איין מאנן פין 62 יאהר,( ווער עס קימט אריין אין אויל ווערד מיט 10 יאהר עלטער, פין 60 ווערד 70) ער האט איין טאכטער, אין זיינע יונגע יאהר איז ער גיוועהן א מלמה שפע־ טער האט ער זיך גינעהרט מיט א קליינעם האנדעל, ער איז ארים גיגאנגין אויף דער האנד מיט איין פעליכען, יעצט אויף דער עלטער ( ער איז נאך אפילו בייא דיא קרעפטען) האט מען איהם אריינגע־ נעמין אין אזיל סאנט דומיטרע 1888. סוף יענער 89 איז ארויס דער יונגער מאנן מאיר וויינבערג פין גריזשיטאר פין דעם אזיל, האט מען שלמה בויכנער אבגיגעבען דיא דיענסט פראוויזאריש אויף דעם מעגען דיא אלטע לייט אויך זאגען קינות אזוי וויא אויף יענקיל פלאמער. 15) יעקיל פלאמער, א מאנן פין 62 יאהר גיבורען אין טיס־