Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
131
Einzelbild herunterladen

מעניץ( גאליציע) זיין מאמע האט גיהייסען מאליע בת ר' ישראל וויטיס הסנדלר, זיין פאטער האט גיהייסין שמשׁוֹן הירש בן ברוך בעקער, פלאמער הולך ערירי, ער האט קיינע קינדער, אווייב האט ער נאך היינט אויך נאר ער איז מיט איהר גיגעט פין דעם עס־ טעררייכישען קאנסול אבער ניט פין דעם רב, דורך איין קריעג וואס ער האט מיט איהר געפיהרט. איין צייט לאנג. זיא האט מיט איהם ניט גיוואלט קיין שטיב האלטען, דורך זיין גיט הערץ אין געטין האט ער זיא ניט גיוואלט, איז זיא פין איהם אוועקגיגאנגען אין זיצט גאר אליין ביז אין היינטיגען טאג. וואס האט ער גיטאהן, פלאמער ער האט זיך געקויפט א שטיקעל ערד אויף דעם בית החיים אין א מצבה אין האט אויף דעם שטיין אויסגעשלאגען א גאנצע קלאגע אויף דעם ווייב צים בית דין של מעלה. דער ניסוך פין דער קלאגע פאנגט אזוי אן: איך האב א ווייב, הייסט זיא ברכה קעסטענבוים, זיא אין א טארניפאלערין אינןאיז א קרעמערין , זיא האט מיך באגאנביט אין בארויבט אין זיא האט מיך קראנק

געמאכט, איך וועל זיא לאדען צים בית דין של מעלה, אין דאס בית דין זאל משפטין עטצ." נאך מעהרערע שיקאנירטע רייך וואס אויף דעם שטיין איז גיוועהן אויסגעשלאגען, פיערצעהן שורות האט דאס פארנעמין.

וויא דאס ווייב איז דאס גיוואהר גיווארין, האט זיא געמאכט איין ביטטע צים עסטעררייכישען קאנסול אין בוקארעשט אין דער האט דיא ביטטע אוועק געשיקט צים גענעראל־קאנסול נאך סטאמ־ בול, איז אנגעקומען א באפעהל אז מען זאלל דעם שטיין אבקרא־ צען אין יעקיל פלאמער זאל איהר באצאהלין אללע הוצאות אין מען האט זיי איעדען איין בריעף ארויס גיגעבען פין דער קאנצליי אז איינער מיט דעם אנדערן האבען גאר ניט צי טאהן, זאלין זיך זיצען באזינדער, אין אזוי איז דער גט באשטעטיגט גיווארען ביז אין היינטיגען טאג. דער פלאמער איז א מוכר ספרים נאך היינט אויך. ער פלעג זיצין בא מיכאלאוויטשס טהיר פין דער קלעט מיט ספרים, ציצית אין מזוזות, מעג ער טיהן אין אזיל וואס ער ווילל, אזוי וויא מיר וועלין ווייטער שרייבען.

אים יאהרע 84 האט מען איהם אויפגינעמין אין אזיל ווייל