Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
132
Einzelbild herunterladen

-

-132­

W

ער האט גישענקט א ספר תורה אין שיהל אריין. אים יאהר 1885 אן מען האט אבגיזאגט דעם אלטען ר' הירש ביבריג פין עקאנאם אויך דורך זיינע רכילות- עס איז גאר ניט דא אזוי פיעל פאפיר אז מען זאלל באשרייבין דיא רכילות וואס דער פלאמער האט געטראגען אויף דעם אלטען ביבריג, ביז ער האט איהם ארויס־ גיגעסען- אין ער איז גיווארין אויף זיין ארט עקאנאם, האט ער זיך ערשט נוקם גיוועהן אין דיא אלטע מענשען אזוי וויא א רעכ־ טער שפאנישער אינקוויזיטאר, אזוי וויא מיר האבין מעהרערע מאל איבער איהם געשריבען אין היועץ. חים אין דער הא ץ־מאגאזיע איז געשטאנין א ביטול האט יענקיל פלאמער זיך דארט ניבארען אין דיא שפחה כנענית האט איהם דארט גיוואשען אין גיזייפט, ירבעם בן נבט חטא והחטיא את הרבים חטא הרבים תלוי בו. ער האט נאך גיהייסען דער גויה פיער יודען באדען אין דער פינסטערער קאמער וואס מען טהאר זייא ניט גיטרויען איין שפחה כנענית אין דאס האט מגלה גיווען דער אלטער ר' יצחק מאיר ער האט דערצעהלט ר' אשר קעניג אין דער האט גימאכט איין גרויסען לארם אין איעדער מענש האט דערפֿין גירעד אין פאר ר' גדליה ברייער אין מיכאלאוויטש איז דאס גיוועהן רעכט. אין ניט נאר פין דעם ביטיל אליין אויך פין דעם עססען וואס ער ברעגט מיט זיין עקאנאמיע דאס פלייש ווע־ גען דער קיכע. אזוי האבין דיא ליצני הדור דאס אללעס פובלי­

צירט אין היועץ נומער 944 פין כ"ג אב תרמ"ז.") 54 16) הזקן ר' הירש ביבריג מיט זיין פרויא רחל ביבריג, ביידע אלטע לייט פין 74 יאהר, הולך ערירי, זייא האבין קיינע קינדער גיהאט, נאר ער קעהר זיך אהן מיט ר' ישראל שווארץ קינדער נאהנטע פריינד אין דורך דער קנאה שנאה וואס עס האט זיך גימאכט צווישען מיר אין צווישען דר. בלומענפעלד אין ר' וואלף מיכאלאוויטש דורך דער גרינדונג פין דעם פעראיין בתי מחסה לזקנים" האט מען געזיכט מיר אבציזאגען פין מיין דיענסט האבין זייא געפינען דעם ביבריג רעקאמאנדירט פין ר' אהרן שווארץ, אזוי

*) אויך דער געוויססער פובליטשיסט אין פרימ- סעקרעטער פון דעם היסטארישען פעראין יוליוס באראש, ר' משה שווארצפלד האט פובליצירט אין זיין אנואר פין 1887 דיא שעהנע אויפ­פיהרונג פון דעם חסיד יעקיל פלאמער אקעגין דיא אלטע לייט פון דעם אזיל.