האבען זייא איהם מיט זיין ווייב אויפגינעמין אלס אזיל פאטער אויף
מיין שטעללע אין מיר האט מען ארויסגיגעבין איין פאפיער דאס
איך בלייב אין אזיל וואהנען מיט מיינע פרויא פיר מיינע רעכטע וואס איך האב מיר פארדיענט מיט מיין מיה אין ארבייט וואס איך האב געלייסטעט פיר דעם אזיל ביז יעצט.
ט דער ביבריג איז מעהר ניט גיוועהן וויא איין יאהר אין דודך דיא רכילות וואס יעקיל פלאמער האט אויף איהם אנגעטראגען האם מיכאלאוויטש איהם אבגעזאגט פין דער דיענסט, זיין ווייב איז געבליעבען אין אזיל אין דער אלטער מאן ביבריג האט גימיזט אויסציהען פין דעם אזיל אין האט זיך ארים גיבלאנקיט אנדער־ האלבען יאהר אהנע זיינע אלטע פרויא. זייער ווערטיל פלעג זיין. מיר זענין 60 יאהר פערהייראטהעט האט אינז גאט ניט גיגעט אין מיכאלא ויטש האט אונז יאה גיגעט, דיא צוויי אלטע לייט האבין זיך ניט גיקאנט ליגען שלאפען ביז זייא זענין ניט געקומען צים טירעל( זיא פין אינווייניג ער פין דרויסען) אין זיך פרעגען איינס דאס אנדערע אויף זייער גיזינד אין דער נאך זענין זייא געגאנגען שלאפען. זייא האבען באוויינט דיא שטעשקיס פין דעם אזיל. איין מאהל איז ער געקימען קראנק בא נאכט צים טירעל פין דעם אזיל דאס טירעל איז שוין גיוועהן פארשלאססען אין זיא האט גיווארט פין אינווייניג אן זיא זאל איהם זעהין, אז זיא האט איהם דערזעהין אזוי קראנק איז זיא אריינגילאפען צי מיר מיט געוויין איך זאל איהם ארייננעהמען ציא איהר אין שטיב אריין, זיא זאל איהם רעטטען. איך האב דאס באלד געטיהן אין איך מיט מיין ווייב זענין דיא גאנצע נאכט אויף גיוועהן אין האבין גיווארימט ציגעל אין גישמירט מיט עסיג, בוימיל אין קנאביל אין אנדערע מיטעל געטאהן אין מיט גאטטעס הילפע ביז אין דער פריה אין איהם גיט געווארען. האב איך איהם ארויסגילאזט פין דעם טירעל אין יעקיל פלאמער האט דערפין ניט גיטארט וויססען, מיינע ליעבע לעזער קענין דאס לעזען אין היועץ נומער 1058 פין 14 סעפטעמבער 1888 אין אזוי
מיט דיא ווערטער האב איך דאס פובליצירט: למען ידעו!)
איך אונטערצייכנעטער ערקלעהר מיינע ליעבע ברידער, אז אללעס וואס ר' וואלף מיכאלאוויטש זאגט אז איך בין דער אני