Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
134
Einzelbild herunterladen

-

134­

שטיפטער פין דער קריעג פון דעם אזיל, זאל מען וויססען אז עס איז נישט אמת! ער טראכט אויף מיר אויס דיא גרעסטע בלבולים, אין זיכט מיך צו פערליימדען, ער פערזעקוטירט מיך שוין זייט 6 7 יאהר אין נאר דערפאר ווייל איך האב ענטדעקט דיא גרינדונג דעס פעראיינעס בתי מחסה לזקנים" וואס דאס האט איהם ניט גישמעקט. לאז מען זעהין מיינע אלטע געדריקטע דאקומענטע, וועט מען זעהין צי בין איך עפיס חייב דער פאר, איך האב בע־ שריבען דיא גרינדונג דעס פעראיינס, ווייל דאס בתי מחסה לזקנים אין איינס פין מיינע גוטע טהאטען וואס איך האס געטהין אויף דער וועלט, אין ר' מיכאלאוויטש האט דאס גיוואלט בייא מיר אוועק רויבען, וועלכעס איך האב ניט גיוואלט צילאזין. אין דער פאר איז ער מיר אזא שונא אין זיכט מיך נאר צי פֿערסעקוטירען, ער ווילל זיך מיט מיר מאכען דעמזעלבען קאפריץ וויא מיט דעם אלטען ר' הירש ביבריג.*** אים יאהרע 1884 איז ר' הירש ביבריג אריין אין אזיל אלס אינגריזשיטאר אויף מיין ארט, ער האט איין יאהר געדיענט אין דורך דיא רכילות פין יעקיל פלאמער האט איהט מיכאלאוויטש ארויס גיווארפען פין דעם אזיל, נאר זיין אלטע פרויא איז געבליבען. דער זיבציגיעהריגער אלטער מאנן האט זיך אנדערטהאלב יאהר ארים גיוואלגערט געשיעדען פין זיין אלטער פרויא וואס ער איז מיט איהר גיזעסען זעכציג יאהר. ווער עס האט ניט גיזעהן דיא טרויריגע סצענען וואס עס פלעגט פארגעהן אונטער דיא צוויי אלטע לייט, האט קיין ריהרענדע סצענע אויף זיין לעבען גיזעהן. אויף דער נאכט אז מען האט אבגישלאסען דאס טירעל פון דעם אזיל, פלעגט זיא שטעהן אינוועניג ווארטען ביים טירעל ביז איהר אלטער מאן פלעג אנקיממען פין דער גאס, אום זיא זאלל זעהען צי ער איז געזינד, זיא פלעג זיך נישט געהן לעגען ביז ער איז נישט אנגעקומען פין דרויסען ביים טירעל, אין דאנן האבין זייא זיך גִיזעגינט, אביסעל אבגגעזיפצט אין זיך גיגאנגען לייגען. ער איז אמאל געקיממען בא נאכט צים טירעל אין וואר זעהר קראנק, איז זיא צי מיר געקיממען וויינענדיג איך זאל איהם אריין לאזין צי איהר אין שטיב אריין, כדי זיא זאל איהם רעטטען, איך האב דאמאלס געדיענט דעם אזיל אלס פארטער, איך האב דאס