רחמנות נישט גיקענט ציזעהען, בין איך גיגאנגען אין האב איהם תיכף אריינגינעמין צי איהר אין שטיבעל אריין אין איך מיט מיין פרויא זענין מיר גיזעסין דיא גאנצע נאכט אין דעם אלטען מאנן מיט אללערעייא מיטטעל גיראטעוויט ביז ער איז צוריק צים לשון געקיממען, ווארין ער האט שוין גיהאט דאס לשון פארלוירען, אין דער פריה האב איך איהם ארויסגעלאזט אהנע יעקל פלאמער זאל גיווען וויססען אז ער האט גינעכטיגט אין אזיל. אזוי פלעגין דיא צווייא אלטע לייט באוויינען דיא שטעגען פון דעם* זיל. זייא זענין דאס ערשטע פאר פאלק פערהייראטעט זייט זעכציג יאהר אין גאטט האט זייא נישט גיגעט איז געקימען ר' וואלף מיכאלאוויטש אין האט זייא גיגעט, ערשט יעצט אים יאהרע 1888 אם ספינטע
געארגע האט מען זייא ווידער ערלויבט צי זיין אין איינעם. דאס זעלבע ווילל ר' מיכאלאוויטש מיט מיר אויך טיהן. ער ווייל מיד געטין פין מיין פרויא וואס גאט האט מיך פין איהר ניט גיגעט, ער ווילל מיך נאר ארויסווארפען פין דעם אויל, איך האף אבער צי גאטט, אז דיא שטאדט וועט דאס ניט צילאזען, דענן איך האב נישט פארדיענט אזוי בעהאנדעלט צי ווערין אויף מיין
עלטער.
יעקבּ. פסנתר
איינער פין דיא ערשטע גרינדער פאם בוקארעשטער אזיל. אין אז ר' הירש ביבריג מיט זיין ווייב רחלה האבין גילעזען
דעם היועץ האבין זייא אפילו אביסעל הנאה גיהאט ווייל איך האב דאס ענטרעקט אין פובליקום אין זייא האבין מיר אפילו קיין שׁוֹם פארווירפע געמאכט, ווייל זייא האבען געפינען איעדער ווארט ריכ־ טיג געשריבען, אין היינט זענין מיר טאקע אויך שכנים מיר זיצען אין בתי מחסה לזקנים איין טיהר נעבען דער אנדערער. 17) נח הויזירער מיט זיין ווייב שיינדיל האט מען אויפגינעמין אין אזיל סאנט דימיטרע 89. 2 אלטע לייטע איבער דיא 70 יאהר אלט, זייא האבען קינדער אין קינדס קינדער ביז אין דריטען דור. 4 טעכטער, 2 זיהן, 9 אייניקלעך, איין איראייניקעל. 18) יעקב פסנתר מיט זיין ווייב זלאטע פסנתר זלאטע. פסנתר איינע פרויא פין 53 יאהר. אשת חיל מי ימצא ורחוק מפנינים מרה בטח בה לב בעלה ושלל לא יחסר. גמלתהו טוב ולא רע כל ימי חייה. דרשה צמר ופשתים ותעש בחפץ כפיה