Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
71
Einzelbild herunterladen

- 71-

איז געוועהין גיט צי גאט אין ציא לייט. אין ערשטין צו גאט אין ער געוועחין שטייט אזוי ויסר יאשיהו את כל התועבות מכל הארצות אשר לבני ישראל ער האט אוועק געשאפט אללע אונווירדיגקיי־ טען פין דיא יודישע לענדער דאס חייסט דיא געצין בילדער אין איעדער האט געמיסט דיענען גאט, אפילי דיא פרעמדע וואס זייא האבען זיך געפינען צווישען ישראל כל ימיו לא סרי מאחרי ה' אלהי אבותיהם אין אלע זיינע טעג פין יאשיהו האבען דיא ישראל ניט אבגעקעהרט פין גאט פין זייערע עלטערין ער האט זייא גע־ מאכט איין פסח מיט איינע גרויסע פאראדע דער פסיק דערצייעלט אזוי ולא נעשה פסח כמוהו בישראל מימי שמואל הנביא וכל מלכי ישראל. אזוי איין פסח איז ניט געמאכט געווארין צווישען ישראל פין דיא צייטען פין שמואל הנביא אהן אין אינטער אלע מלכי ישראל. עיין שם רש"י( דברי הימים ב ל ד ל"ה).

געקראלאג איבער דעם טויט פין צדקיהו המלך. אין דער צייט איז שוין געוועהין דיא יודישע מליכה אינטער דיא פרעמדע קעניגע, אזוי האט דער צדקיהו מורד געוועהין אין מלך בבל ויעל עליהם את מלך כשדיים איז דער מלך כשדיים ארויף געגאנגען קיין ירושלים מיט גרויסער מאכט אין האט גער משפט דיא ישראל מיט דער שווערד אין מיט פייער אזוי וויא דער נביא ירמיה דערצייעלט אינז, דעם מלך צדקיהו האט מען געהאפט לעבענדיג מיט זיינע קינדער. וישחט מלך בבל את בני צדקיהו לעיניו וגם את כל שרי יהודה שחט ברבלתה( אנטיאכיע) ואת עיני צדקיהו עור ויסריהו בנחשתים ויבאהי מלך בבל בבלה ויתנהו בבית הפקידת עד יום מותו. אין דער מלך פין בבל האט געקוילעט דיא קינדער פין צדקיהו פאר זיינע אויגען אין אלע גרויסע מעניר פין שבט יהודה אין אויך דיא סנהדרין האט ער אומגעבראכט אין אנטיאכיה אין דיא אויגען פין צדקיהו האט ער בלינד געמאכט אין האט איהם געבינדען אין קיפערנע קעטען אין האט איהם אוועק געפיהרט קיין בבל אין דארט האט ער איהם אריין געזעצט אין איין תפיסה הויז ביז אין טאג פין זיין טויט אין דארט איז ער געשטארבען ביסורים קשים

( ירמיה כ"ב).

ענדע נעקר־אלאגיע מין התורה.