Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
70
Einzelbild herunterladen

-70

ויקברו אותו עם אבותיו בעיר יהודה אין פין דער צייט אהן וואס אמציהו האט אנגעטרעטען פין גאט( עיין שם רש"י) האבען זיך געמאכט איין בונד אויף איהם אין ירושלים אז מען זאל איהם הרגיגין, איז ער אנטלאפען קיין כיש( אבאסיניען) האבען זייא איהם נאכגע­שיקט קיין ביש אין האבען איהם דארט געהארגיט אין איהם ארויף געלעגט אויף דיא פערד אין האבען איהם געבראכט צי דער שטאט יהודה אין דארט האבען זייא איהם באגראבען נעבען זיינע עלטיזרין דער איז געשטארבען במיתה הרוגה.( דברי הימים ב סוף כ ה)

נעקראלאג איבער דעם טויט פין עזיהו המלך.

עזיהו המלך איז געגאנגען אין בית המקדש אריין אין האט געוואלט מקרב זיין קטורת אויף דעם מזבח אזוי איין דיענסט וואס עס געהער צי ריא כהנים האבען דיא כהנים ניט געלאזט. ער האט אבער דיקא געוואלט מקרב זיין דיא קטורת אויף דעם מזבח אין ער באלד קרעציג געווארען אין מיט דיא קרעץ איז ער געשטאר־ בען ויהי עזיהו המלך מצורע עד יום מותו וישכב עזיהו עם אבותיו מיט אזוי איין טויט איז געשטארבען דער מלך עזיהו( דברי הימים ב כ 1).

נעקראלאג איבער דעם טויט פין יאשיהו המלך. יאשיהו המלך איז פארוואנדעט געווארען אין דער מלחמה מיט פרעה נכו אין איז געשטארבען אין שווערע יסורים אזוי זאגט דער פסיק וירו היורים למלך יאשיהו ואמר המלך לעבדיו העברוני כי החליתי מאד ויעבירהי עבדיו מן המרכבה וירכיבהו על רכב המשנה אשר לו ויוליכהו ירושלים וימת.

דיא בויגען ווערפער האבען געשאסען פיילען אויף דעם מלך יאשיהו האט דער מלך געזאגט צי זיינע קנעכט פירט מיך איבער פין דעם רייטוואגען ווארין איך בין זייער קראנק האבען זייא איהם איבערגעפיהרט אויף דעם אנדערן רייטוואגען אין האבען איהם אוועק געפיהרט קיין ירושלים אין ער איז באלד געשטארבען. ויקבר בקברות אבותיו אין אין באגראבען געווארען נעבען זיינע עלטערין וכל יהודה וירושלים מתאבלים על יאשיהו אין אין גאנץ יהודה אין ירושלים האבען געטרויערט אין געקלאגט אויף יאשיהו אויך ירמיהו הנביא האט געקלאגט אויף דעם מלך יאשיהו ווייל ער