זעהין וויא מען הרגיט מיך איבער זיין שליחות ער זאל פארשטין מיין בליט אין זאל נעמין איין נקמה פין זייא( עיין מצודת דוד). יעצט מיינע ליעבע לעזער זאלען דאס אין אכט נעמין דיא בעצאהלונג פין איין אונשולדיגען מאגן. זיין פאטער יהוידע הכהן איז געוועהין אזוי איין עהרענמאנן אין האט אזוי פיעל גיטס געטאהן דעם לאנד אין איז געשטארבען מיט איין נאטירליכען מענטשין טויט אין איז באגראבען געווארען מיט גרויס עהרע בקברת המלכים. אין זיין זיהן כריה ווייל ער האט זייא געזאגט דעם אמת אין פין זייער טובה וועגין, האבען זייא איהם פארווארפין מיט שטיינער ביז ער איז געשטארבען מיט איין ביטערן בארבארישען טוֹיט( דברי הימים
ב כג כד),
נעקראלאג איבער דעם טויט פין יואש המלך.
דער מלך יואש האט אין גאנצין פאר ווארפין דיא גיטע וועגען פין יהוידע הכהן אין גאטיס דיענסט, אין אז ער האט געהארגיט זכריה הנביא האט ער זיך פאראייניגט מיט דיא אללע געצינדיענער ער האט אבער אסאך ניט געדויערט, פין דעם טאג אהן וואס ער האט געהארגיט זכריה הכהן אין ביז צים יאהר האט גאט אויף איהם אהן געשיקט דאס חיל פין ארם אין מען האט גערויבט גאנץ יהודה וירושלים. אין דעם קעניג יואש האבען זייא צערבראכען זיינע ביינער אין האבען איהם געלאזט מיט שווערע קרענקען אויף זיין בעט ליעגען.
ואת יואש עשו שפטים ובלכתם ממנו. כי עזבו אותו במהליים. רבים. אין דאס איז נאך ניט געניג געוועהין וואס ער איז געלעגען אין ביטערע יסורים קראנק צישלאגען אויף זיין בעט האבען זיך איין קשר געמאכט זיינע באדינטע ויהרגהו על מטתו אין זייא האבען איהם געהארגיט אויף זיין בעט אין אזוי איז ער אויך געשטארבען אין גרויסע יסורים אין מען האט איהם ניט באגראבען בקברת המלכים.( דברי הימים 2 24)
נעקראלאג איבער דעם טויט פין אמציהו בן יואש מלך יהודה, ומעת אשר סר אמציהו מאחרי ה' ויקשרו עליו קשר בירושלים וינס לכישה וישלחו אחריו לכישה וימתיהו שם וישאהו על הסוסים