- 68
-
האט איהם אנגעטאהן דיא קעניגליכע קרון אין מען האט גע־ שריעגיזן יחי המלך דער מלך זאל לעבּען וויא דיא קעניגין עתליהו האט דאס געהערט איז זיא אריין געלאפען אין בית המקדש אין האט אויף זיך צעריסען דיא קליידער אין האט געשריעגען: איהר האט זיך אויף מיר איין בונד געמאכט יהוידע הכהן האט באלד געשאפט דיא גענערעלער איבערן חיל אז מען זאל זיא ארים רינגלען אין מען זאל זיא אַרויספֿיהרען פון דעם בית המקדש אין דרויסען אין דארט זאל מען זיא הארגענין, אזוי האט מען זיא בא דיא הענד ארויס געפיהרט אין דארט האבען זייא איהר אבגע־ שגיטען דעם קאפ, מיט אזוי איין טויט איז דיא קעניגין עתליהו געשטארבען.( דברי הימים ב כ"ב כ"ג).
געקראלאג איבער דעם טויט פין יהוידע הכהן אין זיין זיהן
זכריה הכהן.
ויזקן יהוידע וישבע ימים וימת בן מאה ושלשים שנה במותו ויקברהו, בעיר דוד, עם המלכים כי עשה טובה בישראל ועם האלחים, וביתו( עיין מצודת דוד), אין יהוידע הכהן איז געשטאר־ בען אין דער עלטיר פין 130 יאהר אין מען האט איהם באגרא־ בען צווישען דיא מלכים אין זיינע צייטען איז זייער גיט געגאנגען דעם לאגד מען האט גערייניגט דיא געצין בילדער דיא גאנצע מרינע האט זייער שטארק געהאלטען מיט דעם אלטען יהוידע הכהן ער איז נאר געשטארבען האבען זייא זיך אומגעקעהרט צום געצען דיענערייא אין האבען זיך נאך גענעמין דיא פרעמדע נאר ציאנען ורוח אלהים לבשה את זכריה בן יהוידע הכהן מיט איין רוח נביאה פין גאט איז בעקליידעט געווארין זכריה הכהן אין ער האט זיך ארויף געשטעללט אויף איין הויען ארט אין האט גע־ שריעגען מיט איין הויעבער שטיממע אזוי האט גאט געזאגט איהר וועט ניט מצליח זיין ווייל איהר האט גאט פארלאזט אזוי וועט גאט אייך אויך פארלאזען, האבען זייא זיך אללע געמאכט איין בונד מיט באפעהל פין מלך יואש אין האבען איהם געהארגיט אין הויף פין דעם טעמפעל. פאר דעם גיטס וואס זיין פאטער יהוידע הכהן האט אין איהם געטאהן דערפאר האט ער געהארגיט זיין זיהן זכריה. אין זיין שטארבען האט ער געזאגט גאט זאל דאס