67
מענטש אזוי וויא מיר האבען אויבען געשריעבען. לפי שהיה אביו נגוע בתהליאים קשים( עיין שם רש"י) דעם אחזיהו האבען זייא געהאפט אין שמרון ער איז געוועהין דארט באהאלטען אין האבען איהם געבראכט צי דעם מלך יהוא בן גימשי אין ער האט איהם גע־
הארגיט אין ער האט איהם געהייסען באגראבען אין ירושלים. ועתליהו אם אחזיהו ראתה כי מת בנה ותקם ותדבר את כל זרע הממלכה לבית יהודה. וויא עתליהו האט געזעהען אז איהר זיהן איז געהארגיט געווארין האט זיא אויסגעהארגיט דיא גאנצע משפחה לבית יחודה זיא האט געוואלט אויסראטען אז עס זאלל איין מענטש ניט בלייבען פין זרע בית דוד. דער תרגום רב יוסף זאגט וקמת וקטלת ית כל זרעא דמלכותא דלאנש בית יהודה גאט האט אבער ניט געוואלט אז דיא זאמען פין דוד המלך זאל פארלוירען געהין, ותקח יהושבעת בת המלך את יואש בן אחזיהו ותגנוב אותו מתוך בני המלך המומתים ותתן אותו ואת מינקתו בחדר המטות ותסתיריהו יהושבעת בת המלך יהורם אשת יהוידע הכהן כי היא היתה אחות אחזיהו מפני עתליהו ולא המיתתהו. אין יהושבער דיא טאכטער פין מלך יהורם, דיא פרויא פין יהודע הכהן זיא האט אוועק געגאנביט איין קליין קינד פין אינטער דיא אנדערע קינדער וואס זיא האט זייא פארסאמט יואש בן אחזיהו ער איז אלט געוועהין איין יאהר איהם מיט זיין אממע אין האט זייא באהאלטען אין שלאפציממער פין קדשי קדשים רש"י זאגט בעזרה בחדר שכיבת הכהנים. תרגום רב יוסף זאגט בקודש קדשיא אין דארט אין בית המקדש זענין זייא געוועהין באהאלטען 6 יאהר אין דיא עתליהו איז געוועהין קעניגין איבער דעם גאנצען לאנד
אין האט געטאהן וואס זיא האט געוואלט. דאס קינד איז אלט געווארין 7 יאהר האט יהוידע הכהן צי זאמען געריפען אללע גרויסע מעננער דיא אנשים חשובים פין דעם גאנצען לאנד אין האט זייא געזאגט אז עס איז געקיטמען דיא צייט אז דיא זרע מליכה פין דוד המלך זאל קימען אויף דעם טראהן פין דוד המלך זענין זייא אללע באשטאנין האט מען ארויס־ גענעמען דאס קינד פון זיין באהעלטיניש, ער איז אלט געוועהין ד יאהר אין מען האט איהם אריין געפֿיהרט אין בית המקדש אין מען האט איהם געזעצט אויף דער קעניגליכער שטיהל אין מען