מיט איין פערשיעדענעם טויט. איך האב זייא אויף מיינע הענד אויף דיא בעטטען געטראגען איך האב דיא ריינליכקייט זעהר שטארק אבגעהיט אייניגע פין זייא האב איך אללע טאג פרישע ווייסע וועט געגעבען דאמיט זייא זאללען קיין כנים ניט מאכען, איך האב געזעהען וויא אין דער געשווינד מעדיקאמענטע צי פארזארגען וויא אינזער דר. בלומענפעלד האט נאר פאר־ שריעבען. עס לאזט זיך אזוי פיעל ניט שרייבען וויא פיעל מיה איך האב געהאט מיט איעדען באזינדער. בייא קיין מענש האב איך דערפאר קיינע בעצאהלונג גענעמען. דאנקען גאט מיר זענין נאך צווישען דיא לעבענדיגע, מען זאלל איינע פראגע שטעללען צווישען דיא פריינד פין דיא וואס זענין געשטארבען אין בתי מחסה לזקנים אין איינער צייט פין 9 יאהר, בייא וועמען האב איך אפילו עפיס גענעמען, ווער האט מיר איין קליינעס געשענק געמאכט אדער געלד געגעבען וועל איך איהם דאס צוריק געבען. דיא שווערסטע מיה וואס איך האב געהאט מיט דעם פאאר פאלק קי פערנוז אין מיט מענדעל לעבעל, ווער האט מיר פאר זייא גן צאהלט זאלל קימען אין מיר זאגען אין דיא אויגען וועל איך איהם דאס צוריקגעבען. שוין אין דער לעצטערער צייט ווען איין אנדערער איז געוועהין ציזעהער פאר דיא אלטע לייט, אין העניע דיא טשעקאויכע איז געוועהין אין איין געפעהרליכער קרענק ווער האט זייא מעהר ציגעזעהען וויא איך. פרייטאג 12 באנאכט האב איך פין איירעטוועגען פייער געמאכט ווייל דיא דיענסט איז ניט געוועהען אין דער היים, איך האב איהר ווארים געמאכט אין שטיב, עס איז געוועהען איין גרויסער פראסט אין דרויסען, איך האב איהר געווארמט ציגעל אין געמאכט טשייא אין ביז אין טאג אריין האב איך זיא בייא איהר לעבען דערהאלטען ווער האט מיר געצאהלט דער פאר זאלל קימען מיר זאגען. 12 יאהר ארבייט איך בייא דעם פעראיין גלייך מיט דעם קאמיטעט אין איינעם איעדער מיט זיין ארבייט איך האב געטאהן וואס איך האב גע־ קאנט, זייא האבען געטהאן וואס זייא האבען געקאנט, האט מען מיר דענן דערפאר געצאהלט, זאללען זייא קימען אין מיר זאגען, וועל איך זייא צוריקגעבען. מי עשקתי, מי רצותי ומיד מי לקחתי כופר ואעלים עיני בו ואשיב לכם.
Druckschrift
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Entstehung
Seite
7
Einzelbild herunterladen
verfügbare Breiten