Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
8
Einzelbild herunterladen

דאס ספר זכרונות הייסט ביאגראפישע בעשרייבונג, דאס איז איינע אינטערעסאנטע בעשרייבונג פין דיא אלטע לייט, מעננער אין פרויען וואס זייא זענין געשטערבען אין אינזער אזיל אין איין צייט פין 9 יאהר אין יעדען טויטען מיט זיין געקראלאג אין מיט וואס פאר איין טויט ער איז געשטארבען אין אויך איינע ביאגראפיע פין דיא אלטע מעננער אין פרויען וואס זייא געפינען זיך היינט אין בתי מחסה לזקנים, איעדער מיט איין קורצער ביאגראפיע וויעפיעל איך האב געקאנט צוזאממען ברענגען, וויא אויך דיא גאנצע בע־ שרייבונג דעס אזילס פין דער גרינדונג דעם.5 יולי 1875 ביז אין היינטיגען טאג.

מיינע ליעבע לעזער, איך נעם מיר אינזער הייליגע תורה צים שפיעגעל אזוי וויא זיא שעהמט זיך ניט אין זאגט אויף איעדען מענש זיינע מעשים הן צי גיטען הן צי שלעכטען, דיא תורה איז נישט צווייא פנים- דיק זיא שמייכעלט ניט קיין מענטש אזוי וויא איעדער ווייסט, אויף דעמזעלבען וועג וועלן מיר אויך געהין, מיר וועלין ציטהיילען איעדען מענש זיין רעכט וואס ער האט פאר־ דיענט אין זיין ארבייט וואס ער האט געלייסטעט פיר דעם פער־ איין בתי מחסה לזקנים, אויך וועלן מיר דערמאנען איעדען מענש זיין אונרעכט וואס ער איז בעגאנגען אקעגען דער וועלט אין אקע־ גען דיא אלטע מענשען וואס זענין געשטארבען אין אזיל אין אקע־ גען דיא וואס לעבען אין אויל, אין דאס איז ניט וועגען קאלאמניע זאנדערן נאר אויפמערקזאם צו מאכען אז מען זאלל פאר היטען עס זאלל מעהר ניט פארגעהען אזעלכע מיזעראבלע בעהאנדלונג אקענען איין אלטען מאנן וואס ער איז אויפגענעמען געווארין אין אזיל פאר מצוה, ווארין פין דער מצוה קימט ארויס דיא גרעסטע עבירה, איעדער פריץ האט זיך אויסגעאיבט זיין עגאיזמוס אין אקעגען וועמען, אקעגען איין אלטען קראנקען ארימען מאנן, אזוי וויא מען וועט זעהען ווייטער בא צייכענד. אין איעדעס ווארט זענין מיר אים שטאנדע מיט גערעכטע עדות איבער צי צייגען. איך אלז איינער פין דיא ערסטען גרינדער דעס פעראיינס בתי מחסה לזקנים, אין איינער פין דיא ערסטען 3 אקטיווען מיטגליעדער וואס מיר האבען אנגעפאנגען צו בילדען דעם פעראיין פון דעם ערסטען טאג דער גרינדונג אין ביז אין היינטיגען טאג בין איך ניט אבי