געשטאנען פין מיינער אקטיווער ארבייט. איך אלס ערסטער אזיל פאטער אין פארזארגער דער אלטען לייטע וואס איך קאן מיך באריהמען אז איין האלב אזיל האב איך געמאכט מיט מיינע אלטע ביינער אין צים סוף אז איך האב געזעהען אז מען פערדונקעלט מיינע גאנצע ארבייט אין מען פארווארפט אויך דיא גאנצע גריני דונג דעס פעראיינס אזוי האב איך באלד פראטעסטירט אין האב ענטדעקט דיא גאנצע געשיכטע דער גרינדונג דעס פעראיינס אין דער פאר האט מען מען אנגעהויבען צי בעהאנדלען וויא איין הונד אויף דער גאס, עס איז דא קיין פלאין אזוי פיעל צו בע־ שרייבען דיא פערזעקאציאן אקעגען מיר. מיינע ליעבע לעזער, איך האב ניט געגלעבט אז מיינע ברידער נאך ציוניסטען דערצי, זאללען מיך אזוי מיזעראבעל בא־ האנדלען אויף מיין עלטיר על לא חמס בכפי, 40 יאהר האב איך געלעבט צווישען פרעמדע פעלקער, איך האב גאר ניט גע־ וויסט וואס צווישען יודען געהט פאר, איך האב געמיינט אז יודען זענין געטרייא איינער דעם אנדערן אזוי וויא אמתדיקע ברידער. טאקע אזוי וויא אינזער הייליגע תורה לערנט אינז. ואהבת לרעך כמוֹךְ" דיא זאללסט ליעבען דיין חבר אזוי וויא זיך אלליין. ליידער איך בין גענארט געוועהען אין דער מיינונג. איין העליש פייער האט געברענט אין מיינעם הערצען נאך מיינעם יודענטהום, בא־ נאכט אז איך פלעג אהיים געהען פון מיין ארבייט אין אז איך האב באגעגעגענט 2 יודען געהען אין רעדען יודיש בין איך נאב־ געגאנגען אינטער זייא אין דערפין האב איך געהאט איין גרויס
פארגניגען אז איך האב געהערט מיינע ברידער רעדען יודיש דארום האב איך טאג אין נאכט געבעטען גאט איך זאלל מיין מלאכה אוועק לאזען אין זאלל לעבען צווישען יודען רחמנים בני רחמנים אין גאטט האט מיר אזוי איין וועג געוויעזען דערצי. אים יאהרע 1876 איז געווארען צווייא פארטייען אין ציון פעראיין. איי פארטייא האבען געבילדעט דיא צווייטע שולע לומינא, דאמאלס בין איך שוין געוועהין איין ציוניסט דענן איך בין אויפגענעמען געווארען אין ציון פעראיין אים יאהרע 1874, דאמאלס האב איך געזעהען אז איך קים אין דער עלטער אריין אין איך האב שוין געוואלט מיין עלטער פארברענגען צווישען יודען האב איך ע־אנג
2