Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
2
Einzelbild herunterladen

2

מעדיקאלישען סטודיום דיא בעדייטונג פיןדיא צווייא ווערטער אסכרה אין נשוקה אין דעם צווייטען בריעף האב איך באלד אוועקגישריעבען צום ה' דר, ר' ישראל מיכל ראבינאוויטש נאך פאריז אין אויך דאסזעלבע פערלאנגט. דען ערשטען בריעף האב איך ערהאלטען פין העררן מ. ברוינשטיין מיט דיא ווערטער: אסכרה הייסט ניט חולה נופל זאנדערן איינע קראנקהייט אים האלזע. רש"י ערקלערט עס דארט מיט איינעם פראנצעזישען ווארטע עט ר א נ ג ל מ א ן. דאס בעדייטעט ערשטיקונג. פערענגונג דער אטמונגסארגאנע. אויף העברעאיש ווירדע דאס לויטין: דוחק הנשימה חניכה בגרון. דער ערוך ערקלערט אסכרה מיט דען ווארטען: מין חולי הגרון המחנק עפוש נולד בפה ובושט. דער צווייטע בריעף פין פאריז איז מיר אויך באלד אנגע־ קימען אין אזוי שרייבט דר, ראבינאוויטש:

אדון בכבֿד.

פאריז 1 יולי 1888 קבלתי מכתבו היקר בלשון יהודיש ואשיבהו בזה הלשׁוֹן גם קבלתי המחברת היקרה מזכרת ציון בלשון אשכנז ושמחתי עליה מאוד אבל חפצתי להשיג בלשון יהודית כאשר נדפסה מקודם. נשוקה איז גלויבע איך המיתה פתאומית אין פאלגע פאן איין אנעווריסם. ווא דער מאן קיינע יסורים האט אונד אסכרה איז שיינט מיר איינע פאן דען קעהלקראנקהייטען וויא דער קרופ, ווא דער קראנקע שווערעס אטהמען האט דען אסכרה שׂטאמט פאן סכר פערשטאפפען, ווא דער האלז שיינט פערשטאפפט צו זיין אין לעסט דיא לופט ניכט דורכגעהן.

אביע תודות לך על ברכותיך ליום הולדתי

ידידו הדו"ש ישראל יחיאל מיכל ראבינאוויטש

דער דריטטע בריעף פין דר. ליפפע איז מיר שפעטער אני נעקיממען נאך דיא צווייא בריעף אונד ער ערקלערט מיר דיא גמרא אריגינאל מיט איהרע מפורשים דייטליך וויא איך האב פין איהם פערלאנגט. דר. ליפפע צייגט מיר אן וויא זייא( דיא מפרשים) בעהאנדלען דיא צווייא ווערטער אסכרה אין נשוקה אוֹנד ער גיבט אויך זיינע מיינונג אויף איין מעדיקאלישען וועג אין אזוי שרייבט זיינע גאלדענע פעדער: