אזוי איין שאלה דארף מיין רבי ניט צי פרעגען ווייל בא מיר זענין אללע מענשען צי גלייך גערעכינט פאר מענשען אין ער איז אינטערווארפען אויך דער מיתה אסכרה אין אויך מיתה נשוקה. אין דאס וואס הרב כתבן ווייזט אין זיינע תשובות אז דיא גמרא זאגט אז נאר 6 מענשען זענין געשטארבען מיט מיתה נשיקה וויא קים איך צי צי שטעללען נאך 4 מענטשין.
איז דיא תשובה אזוי:)
דער תלמוד חאט אינז פארגעשטעללט 903 מיתת זענין בא־ שׂאפען געווארען אויף דער וועלט דיא שווערסטע מיתה הייסט אסכרה, אין דיא גרינגסטע מיתה הייסט נשוקה. דיא תלמודיסטען הא־ בען אינז געגעבען צו פערשטעהען וואס פאראיין מיני טויט דיא אסברה זאל זיין: נאר מיט דיא ווערטיר בחיזרא בגבבא אין כפיטורי בפי ושט שפעטער זענין געקימען דיא מפרשים אין האבען געפינין אז דאס ווארט אסכרה זאלל שטאממען פין סכר אדער סגר פערשטאפפונג אזוי איין מין אנגינע וואס זיא פארשטאפפט דעם האלז, דיא מפרשים האבּען דאס ווארט געטראפען אויף איין פילאלאגישען וועג אין אזוי איז דאס
באשטעטיגט אין אנגענאממען געווארען
אין אויף מיתה נשוקה האט דער תלמוד געזאגט כמשחל בניתא מחלבא כשם שמושך נימת שער מתוך החלב אזוי וויא מען נעמט ארויס אהאר פין דער מילך אזוי גרינג איז דער טויט נשיקה. אזוי וועלען מיר פארשטעללען דרייא מיני מיתה וועלין מיר זעהען וועליכע מיתה מיר קענין נענין נשיקה. .1 מיתה פתאומות אפאפלעקסיע, אמענטשׁ שׁטארבּט פליצים. .2 אמענטש ליעגט צי בעט קראנק איין לאנגע צייט ביז דיא הויט קריכט איהם אב פין דיא ביינער אין ער שטארבט מיט
יסורים קשים. איינער ליעגט צי בעט אייניגע טאגע אין רעד שעהן אין איז בא דעם גאנצען שכל אין געזעגענט זיך מיט זיין ווייב אין קינדער אין מיט זיינע גיטע פריינד אין ווערט אנשלאפען אזוי וויא איין קליין קינד עס כארבילט איהם ניט אין האלז, עס בארטשיט איהם ניט אין בויך אין אויף דער ארט זענין געשטארבען דיא אללע וואס דיא גמרא זאגט אז זייא זענין געשטארבען מיט מיתה
נשיקה.