איינס פין דיעזעלבע בעדייטונג אויף איין גרינגען טויט וואס דיא גמרא ריפט זיא נשיקה יעצט פרעג איך אשאלה. אזעלעכע 2 שטאאטסמעננער וויא יוסף הצדיק אין יהושע בן נון זענין געוועהין. ווארום איז בא זייער מיתה ניט דערמאנט דאס ווארט ויגוּע, אויך ניט וישבב, נאר גראדע אין סעמפלע וימת יוסף וימת יהושע גלייך וויא בא אללע פראסטע מענטשען בא אברהם יצחק יעקב האבען זייערע קינדער טהייל גענעמין אין זייער קבירה אזוי וויא אין דער תורה שׁטייט ויקברו יצחק וישמעאל בניו אין אזוי ווייטער. אין בא יוסף הצדיק האבען מיר געלערינט וירא יוסף לאפרים בני שלשים גם בני מכיר בן מנשה ילדו על ברכי יוסף פארשטייט מען דיך אז ער האט געהאט קינדער אין קינדס קינדער ווארוּם האבּען זיינע קינדער ניט גענעמין קיין טהייל ניט בא זיין טויט אין ניט בא זיין קבירה אין ניט בא זיין באלזאמירען אפילי קיינע רופאים איז אויך ניט דער־ מאנט, ויחנטו אתו ויישם בארון במצרים ווער האט זיך מיט אזוי איין גרויסער פערזאן מתעסיק געוועהן ווער האט איהם באלזאמירט ווער האט איהם מלוה געוועהין? דער פסיק איז נאנץ אבגעקירצט אפשר ווייל ער האט קיין קבירה ניט געהאט האט ער קיין לויה
אווֹךְ ניט געהאט.
אזוי ביט איך דען העררן ראבענער זיא זאללען אזוי גיט זיין אין נאכזיכען אין מעהרערע ספרים וויא עס ווערט געהאנדעלט איבער דער מיתה פין דיא צווייא גרויסע צדיקים יוסף בן יעקב אין יהושע בן נון איבערהויפט דיא גמרא מיז בודאי האנדלין איבער אזעלעכע פראגען, דיא מיתה פין דוד המלך ווערד. פארגעבראכט אין דער גמרא מיט איין אנדער לשון אין פסיק האבען מיר געלערנט וישכב דוד עם אבותיו אין דער גמרא שבת פרק שֹׁני דף ל לער־ נין מיר איינע גאנצע מעשה אויף וואס פאר איין ארט דוד איז געשטארבען, איפחית דרגא מתותיה אישתיק ונח נפשו דוד המלך איז ארויס געגאננען אין גארטען אריין ער זאלל זעהין ווער עם קלאפט אין דיא ביימער האט זיך דיא טרעפפ ציבראכען אין ער איז געשטארבען מיט איין שטיללען טויט, דאס ווארט אישתיק ונח נפשו זאלל זיין איינס מיט וישכב, נאך מיינער מיינונג זאלל דאס אויך זיין איינע פון דיא מיני מיתה נשיקה נאר וויא זיא