61
זייא ניט געהייסען. דאמאלס איז ארויס איין פייער פין גאט אין האט זייא פארברענט, אין מיט אזוי איין טויט זענין זייא געשטאר־ בען פאר גאט( ויקרא פ' שמיני).
נעקראלאג פין קרח מיט זיין סעקטע.
מיט וואס פאר איין מיתה דער רעוואלוציאנער קרח איז גע־ שטארבען ווייסט דיא גאנצע וועלט דיא תורה דערצייעלט אינז איין גאנצען נעקראלאג וויא אזוי דיא קריעג האט זיך אנגעפאנגען אין ביז צי דער ענדע מיר דארפען ניט דערפין אזוי פיעל שרייבען עס איז שוין איעדען בעקאנט דיא געשיכטע נאר דיא לעצטען פאר ווערטער וועלען מיר בעניצען צי דער זאכע.
ויהי ככלתו לדבר את כל הדברים האלה ותבקע האדמה אשר תחתיהם ותפתח הארץ את פיה ותבלע אתם ואת בתיהם ואת כל האדם אשר לקרח ואת כל הרכוש וירדו הם וכל אשר להם חיים שאולה ותכס עליהם הארץ ויאבדו מתוך הקהל וויא משה האט אויפגעהערט צו רעדען איז דיא ערד געשפאלטען געווארען אינטער זייא אין זייא זענין: איינגעשלינגען גע־ ווארען קרח מיט זיין גאנצער סעקטע מיט ווייב אין קינדער מיט דיא הייזער מיט זייער גאנץ עשירות זענין פערזונקען לעבענדיג אין דער טיעפע דער ערדע אין דיא ערד איז צי געדעקט געווארען איבער זייא אין זייא זענין פארלוירען געווארין פין דער לעבענדיקער
וועלט.
נעקראלאג פין עכן בן כרמי מיט זיין גאנצער פאמיליע. זייא זענין פאר משפט געווארין סקולי אין שרפה אין זייא זענין מיט אזוי איין פירכטערליכען טויט געשטארבען. זיין משפט געהט אזוי אויף דער ארט: ויאמר יהושע אל עכן בני שים נא כבוד ליה אלהי ישראל ותן לו תודה והגד נא לי מה עשית אל תכחד ממני אין יהושע זאגט צי עכן: מיין קינד זייא מודה פין גאטיס כבוד וועגין אין זאג מיר וואס דיא האסט געטאהן, דיא זאלסט פאר מיר ניט לייקענין האט עכן געזאגט צי יהושע.- יאה איך בין שילדיג פאר גאט איך האב איבער געטרעטין דעם חרם אונטער דעם רויב האב איך געזעהין איין מלכית קלייד פון כבל