62
-
אין 2 הינדערט זילבער שקלים אונד איינע גאלדענע שטאנגע אין דער וואג פין פינפציג שקלים, האב איך דערצי געגליסט אין איך האב דאס באהאלטען אין דער ערדע אונטער מיין געצעלט אזוי האט יהושע געשיקט אין מען האט דאס ריכטיג געבראכט אזוי האט מען דעם עכן בן כרמי מיט זיין גאנץ כני בית אויך מיט דיא בהמות אין אויך דיא גניכה אין מען האט זייא פערווארפען מיט שטיינער אין דער נאך פארברענט מיט פייער:( יהושע ז) דיא
זענין געשטארבען מיט אזוי איין פירכטערליכער מיתה.
געקראלאג פין דעם פעלדמארשאלל סיסרא, מיט וואס פאר איין טויט ער איז געשטארבען,
וסיסרא נס ברגליו אל אהל יעל אשת חבר הקיני, ותצא לקרת סיסרא ותאמר אליו עירה אדוני סורה אלי אל תירא ויסר אליה האהלה ותכסהו בשמיכה. אין סיסרא איז אנטלאפען צי פיס פין זיין מיליטער אין דעם געצעלט פין יעל אשת חבר הקיני איז זיא איהם אקעגין געגאנגען אין האט איהס אריין גענעמין אין האט איהם ציגעדעקט מיט איין רויביקען מאנטעל, ער האט בא איהר וואסער געבעטען האט זיא איהם מיליך געגעבען אין אז ער איז גיט אנשלאפען געווארען האט זיא גענעמין אנאגעל אין האט איהם אריין געשלאגען אין זיינע שלעפע דאריך אין דאריך ביז צי דער ערדע אין מיט אזוי איין טויט איז דער פעלדמארשאלל סיסרא געשטאר־ בען( שופטים ד).
געקראלאג פין אבימלך בן ירבעל.
אבימלך האט באלאגערט דיא שטאט תבץ אין האט זיא איינגענעמין, האבען דיא שטאטלייטע זיך באהאלטען אין איין טורם איז ער ציגעגאנגען צי דעם טארס פייער געבען, האט איינע פרוי אויף איהם געווארפען איין שטיק מיחלשטיין אין האט איהם זיין קאפ צי בראכען האט ער געזאגט. צי זיין געוועהר טרעגער ער זאל דיא שווערט אין איהם אריין שטעכען, מען זאל ניט זאגען אז איין פרוי האט איהם געהארגיט( שופטום סוף קפיטיל 9) מיט אזוי איין טויט איז דער אבימלך געשטארבען.