Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
63
Einzelbild herunterladen

-

- 63.

נעקראלאג איבער שאול המלך זיין טויט.

ופלשתים נלחמים בישראל( שמואל א ל א)

אין דיא פלשתים האבּען געפיהרט איינע פירכטערליכע מלחמה מיט ישראל, אז דיא יודען זענין געצווינגען געוועהין צי אנטלויפען פאר דיא פלשתים ווייל פין דיא יודען זענין זייער אסאך געפאללען אויף דעם בארג גלבוע אין דיא פלשתים זענין נאכגעלאפען שׁאול המלך אין האבען איהם געטראפען מיט זיינע 3 זיהן וויא שאול האט געזעהין אז זיינע 3 זיהן זענין טויט, אין דיא מלחמה איז אויף איהם שווער. האט ער מורא געהאט טאמער פאלט ער אין זייערע הענד אריין לעבענדיג וועלין זייא פין איהם שפעטין האט ער געזאגט צי זיין געוועהר טרעגער: צי ארויס דיין שווערט אין שטען אין מיר אריין, איך זאל ניט פאללען לעבענדיג אין זייערע הענד אריין האט דער געוועהר טרעגער מורא געהאט דאס צי טהין, האט שאול גענעמין זיין שווערד אין איז אויף איהר גער פאללען אין געהארגיט געווארין. וויא דער געוועהרטרעגער האט דאס געזעהען איז ער אויך געפאללען אויף זיין שווערד אין איז אויך געהארגיט געווארין. אין דעמזעלבען טאג איז געשטארבען שׁאול המלך מיט זיינע 3 זיהן אין מיט זיין גאנצער לייבגארדע, אויף דעם אנדערן טאג זענין געקומען דיא פלשתים אפ ציהען דיא הרוגים האבען זייא געפינען שאול המלך מיט זיינע דרייא זיהן טויט אויף דעם בארג גלבוע האבען זייא אבגעשניטען שׂאולין דעם קאפף אין אויך דיא געוועהרע אין האבען דאס ארים געשיקט אוֹף זײער גאנצען לאנד זיך צי בארימען מיט דער מלחמה, אין שׁאוֹלס קער־ פער מיט זיינע דרייא זיהן האבען זייא אוועק געפיהרט אהיים דיא אללע כלים מיט דיא געוועהרע האבען זייא אנידער געלייגט צום אנדענקען אן דעם געצין בילדהויז אשתרות אין דיא פיער קער־

פער האבען זייא אויפגעהאנגען אויף דער מויער בית שן. וויא דיא איינוואהנער פין יבש גלעד האבען גיהערט וואס דיא פלשתים האבען געטאהן זענין זייא גאגאנגען באנאכט אין האבען דיא פיער קערפער אראב גענעמען אין האבען זיי געבראכט קיין יביש אין דארט האט מען דיא קערפער גערייניגט פין דעם שמוץ אין מען האט פארברענט דיא בגדים וואס