Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
64
Einzelbild herunterladen

64­

דיא קערפער זענין געוועהין איינגעוויקעלט(*) אין דיא ביינער האבען זייא באגראבען אינטער איין בוים דארט אין יבשה אין זייא האבען געקלאגט אין געפאסט 7 טאג נאך דיא הרוגים.

נעקראלאג פין איש בושת שאול המלך זיהן,

דער מלך איש בושת האט געקעניגט צווייא יאהר אין צוויי גענערעלע רכב אין בענה זענין אריינגעגאנגען אין זיין שלאפר צימער ווען ער האט געשלאפען אין האבען איהם אבגעשניטען דעם קאפף אין האבען איחם אוועק געפֿיהרט ציא דוד המלך.( שמואל ב ד). דער איז מיט אזוי איין טויט געשטארבען. געקראלאגיע איבער דעם טוֹיט פין אבישלום בן דוד דער מענטש איז אויף אזוי איין ארט געשטארבען אין אווי פאנגט אן זיין נעקראלאג.

ויקרא אבשלום לפני עבדי דוד ואבשלום רוכב על הפרד ויבא. הפרד תחת שובך האלה הגדולה ויחזק ראשו באלה ויתן בין השמים ובין הארץ והפרד אשר תחתיו עבר. אין דיא קנעכט פין דוד המלך האבען געטראפען אבשלום רייטען אויף איין מויל אייזעל אזוי איז אבשלום פאר זייא, אנטלאפען דארוך דעם וואלד אפרים אין דאס מוילטהיר איז געקומען אינטער דיא צווייגען פין איין גרויסען. אייכענבוים. דא איז ער ערגריפען, ווארדען בא דיא האר פין זיין קאפף אן דיא צווייגען פאן דעם אייכענבוים אין דאס מויעלטהיר איז אוועק געלאפען איז ער געבליעבּען הענגען בא דיא האר צווישען הימעל אין צווישען דער ערד אין דער לופט אין איין מאנן פין דוד פארטייא האט דאס געזעהין האט ער דאס גע־ מעלדעט זיין הויפטמאנן, יואב בן צריה האט ער אליין גענעמען דרייא שפיסען אין האט זייא אריין געשטאכען אין זיין הערצען דאריך אין דאריך אין ער האט נאך געלעבט אין געהאנגען אויף דער אייכע אזוי זענין ציגעשפרינגען צעהן קנעכטע, יואבס וואפעני טרעגער אין האבען איהם נעהארניט אין האבען איהם אריין גע־ ווארפען אין איין גראסען גריב וואס עס איז געוועהין אין דעם וואלד אין האבען אויף איהם ארויף געווארפען איין גרויסען הויפען שטיינער (*) וישרפו אותם שם( שמאול א סוף ל"א) זאל הייסען איין מין באלזאמירען אזוי וויא מען

פלעג אין יענע צייטען באלזא מירען דיא מלכים עיין שם רש"ו.