-
74
בלימא קיפערנאז, ווער עס האט דאס מענטש ניט געזעהין האט קיין לעבענדיגען אנטיקלעכין מענשענקערפער אויף דער וועלט ניט געזעהין. זיא איז געוועהין אין דער גרעסע וויא איין קינד פין 3 יאהר זיא האט אויף זיך ניט געהאט איין דרעם פלייש נאר ביינער אנגעהילט אין איין מענשענהויט גאר קיין שׁוּם מיני עסין אויף דער וועלט האט זיא ניט באניצט זיא האט גאר ניט געגעסין נאר בראני פען האב איך איהר געגעבען אללע שעה איין קליין גלעזעלע. איין שטארק קול צים רעדען האט זיא געהאט אין איהר מויל האט געקלינגען אזוי וויא אגיטער גלאק ויא איז טאג אין נאכט אין בעט געלעגען אין נאר אין איהר ווייס העמדעל אנגעטאהן אזוי וויא אקליין קינד אין אוויגעלע, ארויסגעהען וועגען דעם מענשליכען נאטור האט זיא ניט בעדארפט ווייל זיא האט ניט געגעסען נאר וואסער אבשלאגען פלעג זיא מיין ווייב אראפ נעמען אויף דיא הענד אזוי וויא איין קליין קינד, אין דער נאך זיא צוריק אין בעטט אריין לעגען. 6 וואכען איז זיא געלעגען אין איז גע־ שטארבען מיט זעהר איין גרינגען טויט, 5 מיני פאר איהר טויט האט זיא געטרינקען איהר פארציע בראנפען אין איז אנגעשלאפען אויף עוויג. זיא אין געשטארבען, אין חנא קיפערנאז איז געבליעבען איונגער אלמן. חנא מיט זיין ווייב בלימא זענען געוועהין דיא עלטעסטע מענשען אונטער דער יודישער געמיינדע אין בּוּקארעשט אין זיינע יונגע יאהרען איז ער געוועהין איין מעננערשניידער אין אויף דער עלטער האט ער ניט געקאנט זיין מלאכה פיהרען איז ער ארום געגאנגען אין דיא הייזער בעטלען תמיד פלעגען זייא בייזאממען געהען ער מיט דעם ווייב, אין דיא וועלט פלעג זייא מעהר אונטערשטיצען אין געבען איין נדבה גיכער וויא אנדערע ארעמע לייטע
אים יאהרע 1881 אז מיר האבען געבויט דיא ערשטע 9 שטיבער האט מען בעשלאסען אויף צו נעהמען איינצעלנע אלטע מענשען מעננער באזינדער אין פרויען באזונדער דיא ניט פערהיי־ ראטהעט זענין אין אזוי האט מען אויפגענעמען 6 פרויען אין 10 מעננער מיט דעם באדינג אז קיין עסין גיט מען ניט, נאר ציממער