Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
75
Einzelbild herunterladen

-75­

וועש. בעלייכטונג, האלץ אין איין דיענסט זאלל דאס הויז בעדיע־ נען. נאך פסח, סאנט געארגע 1881 האט מען דיא מענשען. אויף־ גענעהמען. אין אייניגע חדשים ארים האבען מענטשין אנגעטראגען אז מען זאלל אויף נעהמען אין אזיל דאס אלטע פאאר פאלק קיפערנון, האט דאס קאמיטעט ניט געוואלט נאכגעבען דורך מעה־ רערע געגענשטענדע, איינס איז געוועזען געגען דעם פרינציפ אז מאן אונד ווייב דארף מען ניט אויפנעהמען אין אזיעל, אין דאס צווייטע איז אז מען דארף זייא פארזארגען מיט עססען אין טרינקען אין איינקינפטע זענין נאך ניט דא, דאס דריטטע איז מען דארף פין

זייערטוועגען אלליין אדיענסט האלטען אין דאריך דיא פונקטע קענן מען זייא ניט אויפנעהמען טראץ דיא אללע פונקטען וואס זענין אין וועג געשטאנען אין האבען פארהאלטען דאס אלטע פאאר פאלק אין אזיעל אויפצונעהמען, האבען זיך געפינגען צווייא שפא־ ניאלען אין בוקארעסט איינער משה קאאלי אין ר' אברהם חיים אבוהב, דיע צווייא פרענקען האבען קאנטראקטירט מיט, יני זער קאמיטעט אז זייא וועלען געבען אללע הוצאות וואס מען וועט דארפען פין זייערטוועגען, פערצעהרען אין מען זאלל זייא אויפנעה־ מען אין אינזער אזיל, נאר אבער אין דיא נייע שטיבער קאן מען זייא ניט אריין נעהמען, זאלל מען זייא מאכען פלאטץ בייא מיר אין דער אלטער שטיב וויא איך זיטץ איז דא איין קאמער זאלל מען זייא דארט מאכען צוזייא בעטליך אין איך זאלל זייא דארט פארזארגען, אין מיין ווייב איז דארויף באלד באשטאנין זיא האט געזאגט אז זיא ווילל דיא מצוה פארדיענען מיט דיא צווייא אלטע לייט דיא צווייא פרענקען האבען שוין באלד געלד געגעבען אין עס איז שוין באשאפען געווארען צווייא בעטליך מיט בעטטצייג אללעם נייא, אין דיא פרענקען האבען געקויפט נייע בגדים פיר ביידע אלטע לייט פין איין העמד בין אין איין אייבערשט מלביש אין מען האט מיר געלד געגעבען איך זאלל נעמען איין וואגען אין זאלל זייא ארויסנעהמען פין זייער בארדעי דארט וויא זייא זענין געלעגען אין זאלל זייא פיהרען אין באד אריי

איך האב דיא צייט ניט פארזאמט אין האב גענעמען איין בירישע אין בין ציגעפאהרען צי דעם ארט וויא דיא צווייא אלטע