-
76
-
לייט האבען זייערע אלטע יאהרען ציגעבראכט. אינטער דער קירבע דאבראטעאסא איז בייא איין קריסט געוועהין איין אלטער בארדעי איין גריב אין דער ערד ציגעדעקט מיט ברעטער אין אויף דיא ברעטער ציגעדעקט מיט ערד אין דערינען איז געוועהין איין לאנג בעטט פין ברעטער אויסגעשפרעט מיט שטרוי אין דיא אלטע בלימא קיפערנוז איינע אלטע פרויא איבער דיא הינדערט יאהר איז געלעגען אויף דעם שטרוי אין שמאטיס איינגעוויקעלט אין דער אלטער חנא קיפערנוז איין אלטער מאנן אויך איבער דיא הונדערט יאהר איז ארים געגאנגען נעבען בעט אין האט זיין אלט ווייב באדיענט. דער גאנצער גריב איז געוועהין אינווענדיג דעקארירט מיט לויטער שפינוועבס, וואס עס האט אראב געהאנגען פון דער סטעלע. פין דער טחיר בין צים בעט בין איך געגאנגען צווישען לויטער שפינוועבס, דאס בעט איז געוועהין באהאנגען מיט אזעלכע דעקאלאציאנען אין דיא פאבריקאנטען פין דעם זיידענשטאף הא־ בען תמיד פרעהליך געמאכט דיא צווייא אלטע לייט מיט זייער ארים לויפען אויף דיא טראלדען ארופ אין אראף. פין דער טהיר בין צים בעט בין איך געגאנגען צווישען שטריק פין שפינוועבס געפלאכטען ביז איך בין געקימע צים בעט, הער איך אין קול פין דער אלטער פרויא זיא שרייט צי איהר מאנן: חנא דיא גרויסע שפינן האט זיך אראב געלאזט איבער מיין קאפף אין ווילל מיר איין ביס טהין;" האט דער אלטער געענפערט: שרעק ניט מיין קיגד איך האב שׁוֹין דיא שפין איבערגעשראקען, זיא אין שוין צור ריק געלאפען אין האט זיך באהאלטען אינטער דיא ברעטער. אללערלייא מיני שפינגען זענען דארט געוועהין. נאר דיא גרויסע גיפטיגע שפין טארענטאל( Tarentola) איז דארט ניט געוועהין. ווענן דיא טארענטאלא זאלל דארט אין דעם באררעי אויך גע־ וועהין זיין וואלטין דיא צווייא אלטע לייט געמיסט טאנצען זייער אלטען טאנץ אפראמע אדער איינע קאזאטשקא(*) ווער עס האט דיא וואהנונג פין דיא צווייא אלטע מענשען ניט געזעהין דער האט קיין
(*) דיא שפין טאראנמאלא אין קארנע צווייא שפאגן דיא גרעס זיא האט אזוי איין נאטירליכע גיפט אז ווען זיא בייסט איין מענשען פערלירט ער דעם שכל אין פאנגט אן צי טאנצין אללע טענצע וויע פיעל ער קאנן, נאר או מען גיסט איהם ארויף איין קאנן קאלטעס וואסער אויף זיין קאפף בלייבט ער שטילל שטעהען איהר שטאם איז פין דער שטאט טארענט דארום הייסט זיא טארענטאלא( אוניווערזול 21 יוני 1888 פאזשינא.II)