Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
77
Einzelbild herunterladen

-

-77­

טרויריגעס לעבען אויף דער וועלט ניט געזעהען. איך בין איינע האלבע שטונדע מארמארירט געבליעבען שטעהען איך האב מיינע גאנצע מענשליכע געוויסען פארלוירען וויא איך האב דערזעהין אזעלכע צווייא אלטע מענשען האבען פארבראכט זייער אלטער אין אזוי איין מיזעריום צווישען גיפטיגע אינסעקטען, איך האב מעהר ניט געזאגט דיא גרויסער גאטט אין היממעל וויא בין איך דא יעצט זעה איך דאס אין חלום, אדער בין איך אין איין גרויסען טהעאטער וויא מען שטעללט מיר זא וואס פאר. דער אלטער חנא קיפערנוז האט מיינע ווארטען געהערט האט ער מיר באלד געענפערט. מיין ליעבער פריינד קיין חלום איז דאס ניט, נאר טהעאטער איז דאס יאה. דיא שפינען לויפען אויף דעם שפינוועבס ארויף אין אראפ אזוי וויע דיא קאמעראנטען אין שלעפין נאך מיט דיא פליעגען מיט דיא גריללען. דאמאלם האב איך געזאגט עס איז שוין צו פיעל פאר אייך דא צי בלייבען, טהיט אייך אהן אייערע בגדים מיט אייער ווייב אין קימט מיט מיר איך וועל אייך געבען איינע שעהנערע וואהנונג אין איך אלליין האב זייא אויף מיינע הענד גענעמען אין האב זייא אין דעם וואגען אריינגעזעצט אין דעם אלטען קיפערנוז נעבען איהר אין בין מיט זייא אראב. געפאהרען צי ר' יוסף גרינבערג אין באד אריין אין געהייסען מאי כען צווייא ביטליך אין דער דיענער פין דער באר האט זייא ביידע אויסגעטחין אזוי וויא צווייא קליינע קינדער אין מען האט זייא אריינגעזעצט אין ווארם וואסער אין מען האט זייא געוואשען מיט גרויסע שוואמען אין מיט זייף, מען האט זייא גערייניגט פין זייער שמוץ אין מיר האבען זייא אבגעשוירען זייערע גרויסע פארוואקסענע האאר אין בעשניטען דיא גרויסע נעגעל פין דיא הענד אין פיס אין מיר האבען זייא אננעטהין גאנץ נייע בגדים אין דיא אלטע שמאטיס זייערע האב איך אוועק געלאזט אויף דעם וואססער אין אזוי האב איך דיא צווייא אלטע מענשען אריינגעבראכט אין מיין שטיב אריין אין האב זייא זייערע בעטין אבגעגעבען מיט ריינעס בעטטצייג אין איעדען איין קאלדרע צים איינדעקען. מיין ליעבע פרוי זלאטע האט דיא צווייא אלטע לייט מיט איין גרויס פער־ גניגען צינענעמען אין מיר האבען זייא אין דער רייניגקייט געהאל־ טען ביז אין זייער טוֹיט אריין. איין פאאר מאנאט זעגין זייא בייא