- 78-
מיר אין שטיב ביידע געזעסין אין אז זיא איז געשטארבען האט מען איהם שוין ארויף גענעהמען אין דיא נייע שטיבער. זייערע קינדער לעבען נאך צווייא זיהן אין בוקארעסט. איך האב קיין סאנטים גענאסען ניט פין דיא פרענקען ר' אברהם חיים אבוהב לעבט זאלל ער זאגען צי האט ער מיר עפיט געגעבען אן ניט פון דעם קאמיטעט עפים צי נעמען פיר מיינע מיהע.
.4 י ש ר א ל ק ע ר פ על נפטר ה' סיון ערב שבועות תרמ"ב ונקבר בו ביום 11 מאי 1882 בן שישים לימי חייו. ישראל קערפעל איז ארים געגאנגען אויף דיא פיס אין איז פליצים געפאללען צי בעט אהנע לשון אין עס האט איהם נאר געכארכילט אין האלז צווייא טאג דאריך אנאנט אין איז געשטארי בען מיט א שווערין ביטערען טויט.
.5 גרשון באננער נפטר יום שישי ערב ר"ח תמוז תרמ"ב ונקבר בו ביום.4 יוני 1882 בן שישים וחמשה לימי חייו. דער איז געשטארבען בייא זיינע קינדער אין ניט אין אזיעל. .6 אשר טירקיל טויב נפטר.10 אב תרמ"ב ונקבר
בו ביום.4 יולי 1882 בן שישים ותשעה לימי חייו. אשר טירקילטויב איין קראנקער מענש, קיין דרעם פלייש איז אויף איהם ניט געוועהין נאר דיא ביינער זענין געוועהין איינגעוויקעלט אין איין מענשענהויט ער האט געגעסען אין גע־ טרינקען ביז אין זיין טויט אריין. ער איז איין צייט פין אייניגע חדשים געלעגען צי בעט אין איז אויך מיט איין שווערין טויט געשטארבען.
שנת תרמ"ג.1883
.7 מענדעל לעבעל, ליב קעכערס א זיהן נפטר ב"ה אדר ראשון תרמ"ג ונקבר כ"ו בו 20 פעבער 1883 בן שישים
לימי חייו. מענדעל לעבעל, מיט דעם האב איך מעהר געהאט פאר־ שווארצט צי ווערין וויא מיט אללע זקנים וואס זענין אויף מיינע הענד געשטארבען. דער איז געוועהין איין קראנקער מענטש וויא ער האט געטאגט האט ער ניט גענעכטיגט אין וווייל ער איז געוועהין פין דער גרעסטער נגודישער פאמיליע