Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
79
Einzelbild herunterladen

-

79

האט מען איהם אריינגעגעבען אין אזיעל. דאס קאמיטעט האט אבער איינגעזעהען אז מען קאנן איהם ניט האלטען אין אזיעל דאריך זיין געפעהרליכער קראנקהייט( באלע חראניקע)( Bola Chronica) האט מען מיך בעאויפטראגט אז איך זאלל איהם פיהרען אין איין קריסטליכען שפיטאל, וויא מען וועט איהם וועלין אויפנעהמען דארט זאלל ער בלייבען, אזוי בין איך מיט איהם 8 טעג ארים געפאהרין אין דיא גרעסטע קעלטען איך האב מיך מיט איהם גע­הויבען פין איין בירושע אויף דער אנדערער פין איין שפיטאל צום אנדערן מען האט איהם אין קיין שפיטאל ניט געוואלט אויפנעה־ מען, אם ענדע האט מען געפוילט בייא דער עפאריע שפיטאלער לאר אז מען זאלל איהם אויפנעהמען אין שפיטאל פאנטעלימאן 4 קילאמעטער ווייט פין דער שטאט דארט ווערדען אויפגענאמי מען נאר אזעלעכע וואס זייא האבען באלע חראניקע( אייביגע קראנקהייט.) מען האט מיר איין בילעט מיטגעגעבען פין דער עפאריע שֹׁפיטאלעלאר אין איך האב איהם אוועקגעפיהרט קיין פאנטעלימאן מען האט איהם דארט אויפגענעמען. ער איז אבער דארט געלעגען נאר עטליכע טאג אין מען האט איהם צוריקגע־ בראכט אויף איין פראסט מיסטוועגעלע איבער געפרוירען מעהר טוֹיט וויא לעבענדיג. איך האב איהם באלד אריין גענעמען אין איין ווארמער שטיב אין האב איהם באלד געמאכט איין הייסען טשייא איך האב איהם קוים זיין טויטע נשמה דערווארמט, אויף דעם אנדערן טאג האט ער מיך געבעטען אז איך זאלל איהם ריפען ר' גדליה ברייער ער ווילל מיט איהם רעדען אפאאר ווערטער פאר זיין טויט. איך בין ריכטיג געגאנגען, אבער ר' גדליה האט זיך אויף מיר שטארק אויסגעבייזערט אין מיט דיא ווערטער מיך בעגלייטעט: וואס האט מענדער מיך צי ריפען איך קעהר מיך מיט איהם גאר נישט אן." נאר וויא קאריאן איז מיר דאס פאר־ געקיממען אז איך האב געזעהען וויא שעהן דיא לעבענדיגע מענ־ שען בעהאנדלען איין טויטען. אין איינינע טאג ארים איז דער מענדעל לעבעל געשטארבען האב איך באלד געמעלרעט ר' גדליה ברייער האטש ער איז נאך דאמאלס ניט געוועהין קיין קאסיער אויך ניט אפילי אין קאמיטעט. ער האט מיך זעהר שעהן ציגענע־ מען מיט דעם גרויסן ברוך דיין אמת אין האט מיר באלד גע־