Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
81
Einzelbild herunterladen

- 81-

הכהן משה פייערמאנן איז געוועהן א געזינדער מענש. ווען מען האט איהם אריינגענעמין אין אזיל איז ער געוועהן א שיסטער. ער פלייג זיך אלליין פעררעכטין דיא געטיס. אין א צייט ארים איז ער קראנק געווארין, צו בעט געפאללען אין שוין מעהר ניט אראבגעגאנגען. פיער חדשים איז ער געלעגען אין איז מיט א שוועהרען טוט געשטארבען.

שנת תרמ"ד.

11 באבע שרה ישעיה משה'ס נפטרה יום שני י"ג אדר תרמ"ד ונקברה שושן פורים 29 פעבער 1884 בת שמונים וארבעה לימי חייה.

דיא באבע שרה פלעג יעהר שוועהר ארימגעהן אויף איהרע פיס. זיא אין תמיד ארימגעגאנגען איינגעבויגען, איינגעהוֹיקערט, דער קאפ האט איהר תמיד אראפגעהאנגען. איינמאל האט זיא געוואללט אריבערטרעטין דיא שוועל פין דער קיכע, איז זיא גע־ פאללען אין האט זיך א שטארקען קלאפ געגעבען אין הערץ, איז זיא צי בעט געפאללען, האט געקרענקט א פאאר חדשים אין איז מיט א ביטטערן שוועהרען טוידט געשטארבען. דרייא טאג האט זיא זיך געמיטשעט בין זיא איז געשטארבען. 12 חנא קיפערנוז הכהן נפטר כ"ה אלול תרמ"ד ונקבר יום ג' כ"ו בו 4 סעפטעמבער 1884

בן מאה ועשרים ושש לימי חייו.

חנא קיפערנון הכהן*), נאכדעם אז זיין ווייב בלימא איז גע־ שטארבען האט מען איהם פין מיין שטיב ארויסגענעמין אין איהם אריינגעזעטצט אין דיא נייע שטיבער נאך מיט אנ- אלטען מאנן. דער שפאניאל משה קאאלי פלעג איהם שיקען פין דער היים עססען אין שפעטער אז ער האט זיך געשיין פין זיין פרוי, האט ער איינגע־ צאהלט אין דער קאססע צעהן פראנק א חודש אז קיפערנוז זאלל עססען פון דעם אזיל. דער אלטע קיפערנוז איז געוועהן גאר אבי געזאנדערט אין דער מענשליכער נאטור פין דיא אנדערע אלטע לייט וואס זיי האבען זיך געפיגנען אין אונזער אזיל. ערסטענס איז ער געוועהן דער עלטעסטע אונטער אללע. ער איז געוועהן קליין אין דער סטאטור אין א דיקער פעטער מענש. עס האבען איהם נאכגעהאנגען א פאאר בריסטען וויא ביי א זעגענדיגער פֿרוֹי. ער

*) איבער זיינער ביאגראפיע רעד אויך הר' מ. שווארצפעלד אין דער צייטונג פראטערני טאטע" נומר. 38-39.

6