האט אויף קיין ברילען ניט געקיקט, אין סידור האט ער געדא־ ווינט אהנע אויגענגלעזער, טאבעקע ניט געשמעקט, ציגארע אדער
לילקע ניט גערוֹיכט, ער האט ניט געהיסט, ניט געשפיגען אין ניט געחראקעט וויא אנדערע אלטע וואס זענין יונגער פין איהם גע־
, נאר ער האט געהאט א בראך אזוי גרויס וויא א טאפ פין איניאקע. מיט צווייא יאהר פאר זיין טויט איז ער נאך געוועהן ביים גאנצען מענשליכען פערשטאנד. מען האט געקאנט מיט איהם רעדען אין יעדר בעציעהונג. וואס מען האט איהם געפרעגט האט ער שעהן געענפערט: על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון. ער פלעג תמיד ערצעהלען פינים לעטצטען עיפוש וואס עס איז געוועהן אין יאהר 28. דאמאלס איז ער געוועהן מאלאטשי, ער האט בא־ גראבען דיא פארעיפושטע אין דאס מיינסטע פלעג ער ערצעהלען פין דעם מלך קאראזשא. ווען דער מלך יאהן קאראזשא איז גע־ קיממען נאך בוקארעסט איז ער שוין געוועהן א מענש פין 7 ביז 38 יאהר אין אז דער מרך יאהן קאראזשא איז אנטלויפען פין בוקארעסט פאר דיא טירקען איז ער שוין אלט געוועהן 46 יאהר, אזוי פלעג מיר דער קיפערנוז ערצעהלען. פאלגליך נאך מיינער רעכנונג אין קיפערנוז מעהר ניט אלט געוועהן וויא 111 יאהר. דאס רעכנונג איז קלאר אזוי: דער מלך יאהן קאראזשא איז אנט־ לויפען פין בוקארעסט אים יאהר 1819, דעמילס איז קיפערנוז נ אלט געוועהן, אזוי וויא ער האט געזאגט, 46 יאהר, געשטארבען י אין ער אים יאהר 1884, אזוי קימט ארויס דאס רעכנונג אז פין 1819 ביז 1884 איז 65 יאהר אין 46 איז 111, אזוי פיעל אין
קיפערנון אלט געוועהן ווען ער איז געשטארבען.
דער חנא קיפערנון איז געוועהן א געזינטער מענש, ער פלעג נאך ארויפגעהן דוכינען מיט אללע כהנים אין פלעג זייא איבער־ שרייען. א יאהר פאר זיין טוידט האט ער זיין גאנצען שכל פער־ לארען, ער האט שוין גערעד פינ'ס וועג אין איז גענצליך עובר בטל געווארין מן העולם הזה. ער פלעג זיך אנטהין טלית אין תפילין אין געהן אין רעטיראט אריין לצורך. אין דעם יאהר תרמ"ד יום. כפור האט ער זיך געהייסען געבען בראנפען, ער קאן ניט פאסטען, אין איך האב איהם טאקע געגעבען. עס פלעג זיך איהם טרעפען מעהרערע מאל דאס אימריינקייט וויא ביי א קליין קינד,