Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
83
Einzelbild herunterladen

-

83

פלעג איך שטעללען דיא דיענסט, פלעג זיא איהם אויסטהין נאי קעט אין איהם אריינזעצען אין א גרויסער מילטער וואססער, איהם בעוואשען ריין אין אנטהין ריינע בגדים. זיין בעסט עססען איז געוועהן איינגעווייקט ברויט אין ראסעל פין קרויט אדער פין אי­גירקעס אדער אין ווארם וואססער. איך פלעג שוין פאר איהם תמיד זארגען איהם זיינע געוועהנליכע שפייזע פארצובערייטען. אייניגע וואכען פאר זיין טוידט פרעג ער שוין ליעגען צו בעט, אבער אין דער ריינליכקייט. ער פלעג לאנגזאם אראבגעהן פינים בעט וועגען דער מענשליכען נאטור. שבת פרשת נצבים איז גע־ וועהן בייא איהם דער שפאניאל משה קאאלי, האט ער מיט איהם זעהר שעהן גערעד אין זיך מיט איהם געזעגנעט אין מאנטאג פארטאג איז ער געשטארבען מיט א גרינגען טוידט, ער איז שטילל איינגעשלאפען, זיין טוידט קען אויך הייסען נשיקה*)

שנת תרמ"ה

13 האדיל יעקעלא וויטש דיא יאססערן, נפטרה יום ו' ז' שבט תרמ"ה ונקברה במוצאי שבת ח' בו 12 יעגער 1885 בת ששים ושלשה לימי חייה. האדיל איז געווען א הויכגעוואקסענע פרוי, שעהן צים אני זעהן, נאר אבער קרענקליך אויף איהרע אלטע ביינער. אין ווייל זיא איז געוועהן א פרעמדע ניט א בוקארעסטערן האט מען זיא ניט געקענט אויפנעהמען אים אזיל, ווייל דאס איז געגען דיא סטא־ טוטען, האט זיא געגעבען 600 פראנק אום מען זאלל זיא אויפי נעהמען, דענן בייא איהרע קינדער האט זיא ניט געקענט זיטצען. זיא האט אבער א סך ניט געלעבט אים אזיל אין איז געשטארבען מיט א גרינגען טוידט: זיא האט געטרינקען א גלאז טשיי. אין איז געבליעבען מיט דעם גלאז אין דיא הענד, מען האט דאס ערשט נאך דעם טוידט פין איהרע הענד ארויסגענעמין. 14 משה אהרן חייט נפטר יום ראשון ט' שבט תרמ"ה ונקבר יום שני י' בו 14 יענער 1885

בן שבעים ושש לימי היין.

משה אהרן איז געוועהן א קראנקער מענש, ער האט זעהר

*) אין אייניגע צייטען ארים איז דער שפאניאל משה קאאלי אהיים געקומען ביי נאכט אין זיין אייגענעם הויז אין איז אריינגעגאנגען אין שלאפציממער, האט זיך אויסגעטהין א געט פינים פיס אין איז אזוי זיצענד געשטארבען. אין דער פריה האט מען איהם געפיננען טוידט נאר מיט איין געט אויסגעטהין אין איין געט אויף דעם פיס. עס איז קיין מענש נעבען איהם געוועהן, נאך דער מיינונג פון העררן דר. ליפפע זאלל דער טוידט פין משה קאאלי אויך הייסען נשיקה.