84
-
שטארק געהיסט. ער איז געוועהן א רעליגיעזער מאנן, טאג אין נאכט נאר תהלים געזאגט. פרייטאג ערב ראש חודש שבט איז ער געוועהן אין מרחץ, האט ער זיך פערקעלטעט, איז צי בעט געפאללען אין מעהר ניט אויפגעשטאנגען. זיין קרענק איז געוועהן אלטערשוועכע. ער פלעג ציביסליך ווייז אראבגעהן פינ'ס בעט וועגען מענשליכער נאטור אין זיך צוריקלעגען. ער איז געוועהן בייא זיין גאנצען שכל אין גערעד ביז אין דער לעטצטער מיניט. זאנטאג ט' שבט בין איך נעבען איהם געזעססען אין ער איז גע־ וועהן אין זיינע בגדים אנגעטהין, דיא אויגען האט ער שוין צי־ געהאלטען, דיא אויערן האבען נאך געהערט, דאס מויל האט נאך גערעד. מיר האבען איהם געפרעגט וויא ער הייסט, האט ער אינז געזאגט זיין נאמען אין דעם פאטערס נאמען. צווייא מיניט פאר זיין טוידט האב איך איהם געפרעגט וועמיס איז דאס קאפעעלער פעלע, האט ער געזאגט: דאס איז מיינס, אין מיט דעם ווארט איז ער איינגעשלאפען שטילל, רוהיג, ער האט קיין שום הוויות ניט געמאכט. דער מענש איז ווירקליך איינגעשלאפען אזוי וויא א קליין קינד אין וויגעלע. דעם טוידט מעג מען אנריפען מיתה
נשיקה.
15 גיטיל פלאטץ נפטרה כ"ג ניסן תרמ"ה ונקברה כ"ד בו 25 מערץ 1885 בת מאה ושש
לימי חייה.
גיטיל פלאץ איז געוועהן א געבוירענע א בוקארעסטערן פין א־נ־אלטער בוקארעסטער פאמיליע. עס האט עקזיסטירט א ווער־ טעל דא אין בוקארעסט: אויף איין אלטען בוקארעסטער פלעג* מען זאגען: דער איז פין דיא אלטע ראקענפרעססער. איך האב געקאנט איהרען א זיהן ר' מאיר פלאץ, ער פלעג תמיד דאווינען אין אלטען בית המדרש אין סקויניס. אויף איהם פלעג מען זאי גען אז ער איז איינער פין דיא אלטע ראקענפרעססער. איך האבּ אבער געזעהן אז ער איז פארט א־נ־עהרליכער מאנן אין א רע־ ליגיעזער יוד, האב איך איהם געפרעגט וואס זאלל בעדייטען דער שׁענדליכער נאמען ראקענפרעססער, האט ער מיר ערקלעהרט: אין דעם היעזיגען לאנד מונטעניא האט מען תמיד פיינד געהאט יודען, נאר דיא אייניגע פריצים וואס האבען בעדארפט צים בעל מלאכה. האט ער איהם שׁוֹין געמיזט ליעב האבען, אין דער יוד