Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
85
Einzelbild herunterladen

- 85­

וואס איז געוועהן א חשוב ביים פריץ, האט טאקע געקענט האבען דיא גרעסטע טובה פין דעם קריסט. אין א צייט איז דאס טיר־

cicin

קישע מיליטער אוועקגעגאנגען פין בוקארעסט, האבען דיא וואלא־ כען צוזאממענגעטריעבען יודען אין א קריסטליכען הויף וואס איז געוועהן מיט א גרויסער מויער ארים. נאר ניט אללע יודען זענען דארט פערמאכט געוועהן, ווייל אייניגע זענין אנטלויפען צי זייערע בעקאנטע פריצים אין אייניגע זענין אנטלויפען פין דער שטאדט. מיין פאטער איז אויך געוועהן איינער פין דיא געפאנגענע, האט ער מיר ערצעהלט אז מען האט דיא געפאנגענע אויסגעזעטצט איינע צייט פאן 4-5 וואכען זאללען זיך אללע שמדען אין ווער עס וועט ניט וועלין אננעהמין דיא שמד זאלל מען איהם הרגינן מיט א שוועהרער מיתה. וועהרענד דער צייט האט מען זייא גע־ געבען ראקעס עססען. אין דער צייט זענען דיא רוססען אריינגער קיממען אין האבען געפרעגט אויף יודען, האט מען דעם גענעראל ערצעהלט דיא געשיכטע, האט ער א בעפעהל געגעבען מען זאלל דיא יודען פריי לאסען. פין דעמילס אן האבען מיר דעם שענדי ליכען נאמען. דאס האט מיר ערצעהלט דער מאיר פלאץ אין זיינע מוטטער גיטעל פלאץ פלעג אויף דערפין ערצעהלען, זיא איז דאמאלס נאך געוועהן א יונג קינד*). זיא איז געוועהן א הויכגע־ וואקסענע פרוי וויא א שעהנער אייכענבוים. זיא איז געוועהן ריין ביז אין איהר טיעפער עלטער אריין אין האט איהר שכל ניט פערלוירען ביז אין דער לעטצטער שעה פין איהר לעבען. אויך זיא איז מיט א גרינגען טוידט געשטארבען. עס איז אויף איהר קיין קאמענטאר צו מאכען

ב 16 ישראל יאקעלעס נפטר ביום שבת 9 סיון ונקבר יום ראשון י' בו, 11 מאי 1885 בו שבעים וחמשה לימי חייו: דעם האט מען עקספולזירט פינים בתי מחסה לזקנים ווייל זער האט ניט געוואללט געהן מיט'ן קויט נאך פלייש. ער איז א

*) אין דאס איז אללעס צים גלויבען, ווארין דא אין מונטעניא האט מען מעהרערע מאל גע­הרגיט יודען, דיא געשיכטע האט געזאללט זיין אין יאהר 1801, ווארין אין דעם יאהר אין א ערשטען טאג פין זייער פסח 8 אפריל האבען דיא וואלאכען געהרגיט 128 יודען אין בוקארעסט, מיינע ליעבע לעזער קעננען דאס זעהן אין צווייטען טהייל פין מיינע קרא ניקעס" קורות היהודים רומעניען, בלאט 66. אין מיינע קראניקען איז דא מעה רערע זאלכע אימגליקען וואס איז אי­בערגעגאנגען אויף אינזערע יודען אין דיא לענדער.