Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
86
Einzelbild herunterladen

86­

מאל געוועהן א שענער בעל בית אין בוקארעסט אין א שטיקעל מיוחס, האט ער זיך געשעהמט צי געהען מיט דער קאשניצע נאך פלייש, איז ער געשטארבען ביי זיינע קינדער אין ניט אין אזיל.

17 ריזא זכריה מאהלירס נפטרה יום שני ט"ז תמון תרמ"ה ונקברה ג' שבעה עשר בתמוז 18 יוני 1885 בת תשעים לימי חייה:

דיא ריזא איז אויך געוועהן א הויכגעוואקסענע פרוי, א בו־ קארעסטערן א געבוירענע, האט זיך אויסגעלעבט איהר רעסט יאה־ רען אין בתי מחסה לזקנים אין איז געשטארבען אין דער ריינקייט

מיט א גרינגען טוידט.

שנת תרמ"ו

18 רפאל הירש אדער רפאל דוד נפטר י"ח תשרי תרמו ונקבר יום שני ג' דחוה"מ סוכות 16 סעפטעמבער 1885 בן שבעים לימי חייו,

רפאל הירש איז געוועהן א בוקארעסטער פין א נאבלער פאר מיליע, אויך א שוואגער מיט הרב שפיעלמאנן, זיין שוועסטער האט געהאלטען דעם קראיאווער רב. פיעל יאהרען איז ער גע־ זעססען אין בראשאוו, זיינע גאנצע יוגענד האט ער פערבראכט אין קראנשטאלט אין זיבענבירגען. דיא גאנצע בעזע אונגארישע נאי טור איז אין איהם איינגעוואורצעלט געוועהן, גלייך ער וואלט גע־ וועהן א עניקעל פין אטילא*), וואס נאר עפיס איהם איז ניט גע־ פעלין האט ער א טיפפ געגעבען מיט דעם פיס אין באוויזען דעם באסאמא, דורך זיין בעזהייט האט ער אויף דער עלטער בעקימי מען דיא דאמלא אין איז געבליעבען א קאליקע אויף א האנד אין א פיס אין דאס לשון אויך געלעגט, נאר אויף דיא אנדערע אברים איז ער געזינד געוועהן אין פלעג ארימיעהן, ווייל ער איז געוועהן פין א פאמיליע, האט איהם וועלוועל מיכאלאוויטש אך ריינגענעמן אין אזיל סוף חודש אפריל 1885, איז ער געזעסין רוהיג דעם גאנצען זיממער ביז נאך יום כפור. ער פלעג שמעקען טאבעקע, רייכערן, טרינקען אללערליי געטרענקע מעהר פין אללע

*) טראצדעם איז ער געוועהן אין קראנשטאדט אין זיינע גיטע יאהרען א גרויס ער מכניס אורח אין א בעל צדקה, אין אבוואהל ער איז געוועהן א בחור בין עטליכע אין פינפציג יאהר, האט ער געפיהרט א שענע בעלהבתישע שטיעב אין פלעג פרעמדע דורכרייזענדע פין דער גאס צו זיך פערשלעפען אין זייא בעווירטהען וויאפיעל צייט זייא האבען ביי איהם געוואללט זיטצען אין פלעג זייא נאך אלליין בעדיענען. דאס מיז מען איהם נאכזאגען צי זיין שבח( המבקר אליעזר בתבן).