Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
87
Einzelbild herunterladen

87-

אלטע לייט פינים אזיל. יום שלישי י"ג תשרי 8 אוהר פריה האט ער זיך ציקריגט מיט אייניגע אלטע לייט פינים אזיל אין באוויזען דעם גרויסען אונגארישען כעס, האט ער באלד בעקיממען דיא הינפאללענדע קראנקהייט( חולה נופל) אין איז געפאללען צי דער ערד אהנע לשון אין עס האט אין איהם געארביט אללע אברים, אין אזוי איז ער געלעגען ביז אויף דער נאכט, נאך מערב האבען מיר איהם געלעגט אויף זיין בעט אין אין דאר לאגע איז ער גע־ לעגען ביז יום ראשון באנאכט 18 תשרי. 6 טאג רצופים האט איהם געבארבילט אין האלז וויא א שטארקער דאמפף- מאשין. זעהר מיט א שוועהרען טוידט איז דער מענש געשטארבען. דעם מין טוידט האט מען געמענט אנרופען אסכרה" אזוי וויא דיא גמרא זאגט:( קשה שבכולן אסכרה" גלייך וויא ער האט א מין עיפוש. אין האלז, דער האלן איז איהם גאנץ פערשטאפט געוועהן. 19 פייגע לעבעל נפטרח כ"ב אדר שני תרמ"ו 17 מערץ 1886 בת ששים ושבה לימי חייה. פייגע לעבעל איז געוועהן דיא מוטטער פין מענדעל לעבעל

( זיעהע אבען נומר 7). דיע איז געוועהן פין דער גרויסער פאר מיליע, אויף ר' גדליה ברייערס א מומע, אויף דער עלטער האט זיא בעקימען א געפעהרליכע קראנקהייט אין דער מענשליכער נאי טור הן לצורך הן למי רגלים, האט מען זיא אריינגעגעבען אי אזיל נאר מען האט פאר איהר געצאהלט 30 פראנק א מאנאט אין דער דיענסט האט מען עקסטער געצאהלט כדי זיא זאלל זיא האלטען אין דער ריינקייט. זיא איז געלעגען אייניגע חדשים אין דער אימריינקייט, האט געגעססען אין געטרינקען אין האט געהאט א שארף מויל צים רעדען, אין דעם טאג פין איהר טוידט האט זיא בעקיממען דיא הינפאללענדע קראנקהייט, האט זיך א סך ניט געמיטשעט אין אין אין דעם טאג געשטארבען.

20 וואלף גאלדנער אדער וואלף דייטש נפטר י"ז אייר תרמ"ו ונקבר יום ראשון ל"ג בעומר י"ח בו 11 מאי 1886 בן ששים ושמנה לימי חייו: וואלף גאלדנער איז געוועהן א הויכער שעהנער אנזיכטיגער מאנן נאר א קרענקליכער. נאך זיין אריינקומען אין אזיל איז ער א קורצע צייט ארימגענאנגען אויף זיינע פיס, דערנאך זענין איהם דיא פיס געשוואלען געווארין, איז ער צי בעט געפאללען, געלער גען א פאאר חדשים אויף א געפעהרליכער קראנקהייט אין מיט א שוועהרען ביטטערן טוידט געשטארבען.