-
- 88
21 אייזיק גרינפעלד אדער אייזיק דער וועקסינער נפטר ג' אלול תרמ"ו ונקבר במוצאי שבת ד' בו 23 אויגוסט 1886 בן ששים ותשעה לימי חייו: אייזיק גרינפעלד איז געוועהן זעהר א שוואכער, ער האט ניט געקעננט פארטראגען דאס עססען, פלעג ער בעטען דעם רשע איש לפידות ער זאלל איהם געבען א ביססעל זאפען אהן טייגלעך ווייל זיין מאגען קאן דאס טייג ניט פערטראגען, אויף דער אני דערע אלטער מאנן וואס איז מיט איהם געזעסען אין איין שטיב, אברהם יצחק האראוויטץ, האט אויך געבעטען דעם רשע ער זאלל איהם נאר זופפען געבען אין ניט קיין טייגליך. דער רשע האט זייא אבער ניט געוואללט ציליעב טהין, לא די ער האט געקוועהלט זייערע אלטע נשמות, האט ער נאך אנגעטראגען רכילות אויף זייא צי דיא קאמיטעטסמיטגליעדער. איינעס טאגעס איז ר' אברהם משה איזראעלאוויטש געקימען אין אזיל האט דער אייזיק גריני פעלד זיך בעקלאגט אויף דעם עססען אין געבעטען מען זאלל איהם דאס עססען פערבעסעערן, האט ר' אברהם משה א גע־ שריי גענעבען מיט דיא ווערטער: אז עס געפעלט אייך ניט אוני זער אזיל מעגט איהר אייך געהן, אין האט באלד געשאפט מען זאלל ביידע בעטטען ארויסשטעללען אין עס איז אויך ריכטיג באלד געשעהן. ווער עס האט ניט געזעהן דאס יאממערן אין וויי־ נען פין דעם אלטען שוואכען גרינפעלד פאר דעם ר' אברהם משה, האט קיין טרויריגע סצענען אויף דער וועלט ניט געזעהן. אבער ר' אברהם משה איז געוועהן אזוי גיט אין איהם געענפערט: איךְ קאן אייך גאר ניט העלפען, געהט צי העררן וואלף מיכאלאוויטש ער קאן אייך העלפען. דער אלטע שוואכע מאנן האט זיין ביטער הארץ אויסגעוויינט ביי ר' וואלף מיכאלאוויטש. דער ענפער איז געוועהן: איך קאן אייך גאר ניט העלפען, נעהט צים דר. י. בלוד מענפעלד, ער איז פרעזידענט קען ער אייך העלפען, אי דאס זאללט איהר שרייבען א וואלעכישע פעטיציע אין אייך ניט בע־ קלאגען אויף קיין שום מענש, נאר איהר זאללט בעקעננען אייערע חטאים אין ציזאגען אז עס וועט אייך ניט אנגעהן קיין שום זאך וואס עס געהט פאר אינים אזיל". דיא ביידע אלטע לייט האבען א וואלעכישע פעטיציע געשריעבען נאך דער צענזאריע פין הר' וואלף מיכאלאוויטש אין זיא איבערגעבען דעם דר. בלומענפעלד. דער דר. האט ביידע בעגנאדיגט אין מען האט זייא צוריקגע־