89-
שטעללט דיא בעטטען. איינער פינים קאמיטעט ר' ליב יאנאוויטש האט געפרעגט: וואס וואר אין אמת דער גרויסער- חטא וואס דער אלטע שוואכע מאנן איז אזוי געקוועהלט געווארין? האט מען איהם געענפערט: האט ער ניט געזאללט א דעה זאגען אין עסין אריין. דאס משפט האט געדויערט א פאאר וואכען בין מען האט זייא דיא בעטען צוריקגעשטעללט, דערווייל האבען זייא געשלאפען אין דרויסען אויף דעם גראז. דער אלטער ר' אברהם האראוויטץ איז געוועהן א געזינדער מענש האט ער געקענט אױס־ האלטען דיא יסורים אבער דער אייזיק איז געוועהן א שוואכער אין איז געלעגען אין דרויסען אויף דעם גראז אין האט געוויינט זיינע אלטע יאהרען. פאר גרויס ערגערניס איז ער צו בעט גע־
פאללען אין מיט א שוועהרען ביטטערן טוירט געשטארבען. דער אנדערע אלטע מאנן ר' אברהם יצחק האראוויטץ איז נאך געזעססען א קורצע צייט אים אזיל דערנאך האט ער געזאגט: לא מדבשך ולא מעקצך אין האט זיך אלליין אוועקגעצויגען פין דעם אזיל. ער האט נאך געלעבט ביז אים יאהר תרמ"ח. ר' אברם יצחק האראוויטץ נפטר י" אדר תרמ'ח ונקבר י"ח בו, 18 פעבּער 1888.
שנת תרמ"ו
22 משה ענגעל נפטר י"ג חשון תרמ"ז ונקבר י"ד בו, 31 אקטאבער 1886 בן ששים וחמשה
לימי חייו.
משה מענדעל בר' חיים אב ענגעל איז אויך געוועהן איינער פין דער חברה כבוד התורה וואס האבען געשענקט איין ספר אין אזיל אריין, אזוי וויא אינזערע לעזער וועלין זעהן אין דער ביא־ גראפיע פין דיא לעבענדיגע( בערל דער בלינדע) ער איז געוועהן א קראני קער אויף דיא פיס. ער האט ניט געקאנט דולדען דיא פערזעקו־ ציאן פינים עקאנאם איש לפידות. דער לפיד אש האט געוואללט דער ר' משה זאלל איהם בעדיענען אין דער אלטער מאנן האט ניט געקאנט, האט ער איהם ניט געוואללט פאלגען, אין דורך דיא רכילות אין מסירות וואס דער סאטראפ האט אויף איהם אנגע־ טראגען, האט מען געזיכט מיטטעל איהם ארויסציווארפען פינים אזיל. איינעס טאגעס איז געקיממען וואלף מיכאלאוויטש, האט מען איהם שוין ראפארט געגעבען אז דער אלטע משה ענגעל
( 6)