Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
90
Einzelbild herunterladen

- 90

האלט זיך ניט ריין אין דער מענשליכער נאטור, האט ער, וואלף מיכאלאוויטש א געשריי גענעבען: וועה איז איהם ער וועט פעראימרייניגען דאס גאנצע אזיל, מען זאלל איהם ארויסווארפען אין מעהר ניט אריינלאזען אין הויף אריין, אין דאס איז באלד געשעהען. איך בין דערבייא געשטאננען, עם האט מיר געטריעפט דאס בליט פין מיין הערץ ציציזעהן דיא שמערץ פינים אלטען מאנן. וואלף מיכאלאוויטש האט פערגעססען אז אין אזיל זענען שׁוֹין געוועהן נאך ערגערע וויא משה ענגעל וואס האבען פער־ אונרייניגט דאס אויך אין קיין מענש האט פראטעסטירט זייא ארויסציווארפען. נאך היינט געפינט מען אים אזיל זאלכע וואס זענען ניט ריין אין דער מענשליכער נאטור אין מען ווערפט קיינעם ניט ארויס, נאר ציליעב דעם גהינם־שמש האט וואלף מיכאלאי וויטש זיך גענעמין דיא פרייהייט אללעס צי טהין אהנע צי פרע־ גען דאס גאנצע קאמיטעט*).

מיינע ליעבע לעזער, דער מענש ר' משה ענגעל איז געוועהן עלענד וויא א שטיין. ער האט ניט געהאט וויא א נאכט איבער־ צינעכטיגען אין איז געלעגען ביים טיול פינ'ם אזיל, האט גוויאמי מערט אין געוויינט מיט בליטיגע טרעהרין אין קיין מענש האט זיך אויף איהם ערבארמט. דער גווארדיסט פין דער גאס האט אויף איהם רחמנות געקריעגען אין איהם אריינגעפיהרט אין דער קאמיססיע אין דארט האט ער גענעכטיגט. קורץ דער מענש האט זיך געוואלגערט אויף אללע מיסטען. ער האט דאס לשון אויך פערלוירען. איך האב דאס עלענד פון דעם מענשען ניט געקענט ציזעהן, בין איך געגאנגען צי הר' אהרן גאלדענבערג, ווייל ער האט איהם אריינגעגעבען אין אזיל, אין האב איהם ערצעהלט דיא גע־ שיכטע האט ער מיר געזאגט: געהט אהיים מען וועט איהם שוין ציריק אריינ נעהמען. אין ריכטיג נאך אייניגע טאגע איז אנגעקיר מען א בעפעהל דעם אלטען וויעדער אויפצינעהמען. עס איז גע־ וועהן סוף חודש אלול ווען ער איז צ'ריקגעקומען אין אזיל, נאר ער איז שוין געוועהן גאנץ פערלוירען, אהן לשון אין נאך מעה"

WHO

*) דאס וואר דעם גאנצען קאמיטעט ניט רעכט אויסער דעם דר. בלומענפעלד, נאר קיינער האט ניט געהאט דעם קוראזש אויפציטרעטען שטרענג וויא נאר הערר ליב יאנאוויטש. וואס האט זיך געקריעגט א לאנגע צייט אין עס האט ניט געהאלפען.