Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
91
Einzelbild herunterladen

אין דער אימריינליכקייט אין דער מענשליכער נאטור, או איך בין געצווינגען געוועהן איהם ימים נוראים ניט צי לאזען אין שיהל אריינגעהן,כלען ער ארימגעהן אין דרויסען ביי דער מזרח וואנד פין דער שיהל אין דארט האט ער זיך זיין פערביטטערט גע־ בראכען הערץ פאר גאטט אויסגעוויינט. קורץ מען האט איהם א בעזינדער שטיבעל אבגעגעבען אין א בעטיל אריינגעשטעללט, ער זאלל גאנץ אבגעזאנדערט זיין פון מענשען. ביז נאך אללע ימים טובים איז ער נאך ארימגעגאנגען. נאר נאכהער איז ער צי בעט געפאללען אין ניט מעהר אראפגעגאנגען. ט"ז תמוז תרמ"ז איז ער מיט א שוועהרען טוידט אין אין דער גרעסטען אימריינליכקייט געשטארבען.

לימי חייה.

23 ליבע דייטש נפטרה ב' ניסן תרמ"ז ונקברה ג' בו, 61 מערץ 1887 בת שמונים ליבע דייטש איז געשטארבען בייא איהרע קינדער אין ניט

אים אזיל.

2 הירש קייזער אדער הירש טשאקאלאדמאכער נפטר יום רביעי ט' סיון תרמן: ונקבר יום חמישי י' בו 21 מאי 1887 בן שבעים ושש לימי חייו

הירש קייזער איז געוועהן א בלינדער מענש, ער איז אלט געוועהן 23 יאהר אז ער איז בלינד געווארין אויף ביידע אויגען ער האט זיך ערנעהרט מיט בליטיגען שווייס, דאמיט וואס ער האט געמאכט טשאקאלאדע. צו יענער צייט האט זיך געפיננען אין בוקארעסט א געוויססער ר' אברהם לוטפאק, א גרויסער קעני נער אים העברעאישען אין אין דקדוק. זייא זענען צוזאממען גע־ זעססען האט ער מיט איהם געלערנט תנ"ך אין דקדוק, א גיטען קאפף אין שארפען פערשטאנד האט ער געהאט, האט ער אללעס לייכט ערלערנט. מיט איינעם ווארט. דער ר' הירש קייזער האט גאנץ תנ"ך דקדוק אין העברעאישע ארטאגראפיע אויסווענדיג גע־ קענט. אין דיא עלטערע יאהרען אן זיין טשאקאלארע האט אויפ־ געהערט צי פונקציאנירען, איז ער געווארין א העברעאישער לעה־ רער, אין דיא פראגע וויא אזוי האט געקענט א בלינדער מענש איינע שולע בילדען אין מען זאלל איהם אנפערטרויען קינדער? האט ער אזא קינץ בעוויעזען: ער האט אריינגענעמין 6 ארמע קינדער אין מיט זייא אימזיסט געלערנט. זיין ליעבע פרוי לאה