-
- 92-
פלעג זיצען מיט א טישעל מיט סחורה אין פלעג איהם גענעהרין. איך אין עקיבא חשמל תנצב"ה פלעג מיר געראדע דאמאלס אי ריינגעהן צי דעם ר' הירש קייזער אין ציהערין זיין לערנען מיט דיא קינדער. דיא שכנים האבען געזעהן אז ער לערנט אווי גיט מיט דיא קינדער, האט מען איהם נאך ציגעבראכט קינדער מיט שׂכר למוד. עקיבא חשמל ז"ל האט איהם דערצי א סך מיטגע־ האלפען אין אזוי לאנגזאם האט ער געבילדעט א שעהנע שולע. דיא קינדער האבען ביי איהם געלערנט העברעאיש דייטש אין וואלעכיש. העברעאיש האט ער אלליין געלערנט אין צי דיא אנדערע שפראכען האט ער געהאלטען לעהרער, זיין וויב לאה אין שוין מעהר אין דער גאס ניט געזעססען מיט'ן טישעל אין אזוי האט ער זיך ערנעהרט פיעלע יאהרען בּכבוד גדול. אויף דער עלטער אין איהם זיין געטריי ווייב לאה געשטארבען, האט איהם שוין קיינער ניט געהאט צי בעדיענען. קינדער האט ער ניט גע־ האט. אזוי איז זיין שטיען גענצליך צוגרונדע געגאנגען. א־נ־אמת'ר גיטער פריינד, וואס האט גערשיט דיא סימפאטיע פון זיינע על־ טערן פאר דעם ר' הירש קייזער, א געוויססער אדאלף ריינער האט זיך פערווענדעט ביים קאמיטעט פין בתי מחסה לזקנים דורך מעהרערע קאנדיציאנען וואס מיר קענען דא ניט פארברענ־ גען אז מען זאלל איהם ארייננעהמען אין אזיל. אנפאנגס יאהר 1882 האט מען איהם אבגעגעבען זיין בעט אין דעם שטיבעל וואס הערר ריינער האט געבויט לזכרון פאר זיין ערסטער פרוי. דיא ערשטע פאאר יאהרען האט ר' הירש קײזער מיט גרױס פערגניגען ציגעבראכט מיט אינן אין איינעם אין אזיל עס פלעגען צי איהם קימען ארמע קינדער פלעג ער מיט זייא לערנען העב־ רעאיש, נאר וועלוועלע פלעג איהם פערביעטען דאס לערנען מיט קינדער. יוֹם טוב אין שבת פרעגען צי איהם קימען נאכלע מענ־ שען מיט איהם דישקורירען אין צייטונגען פארלעזען. א יאהר פאר זיין טוידט איז ער צי בעט געפאללען אין ניט מעהר געקענט אי ראבגעהן. אללע וואך פלעג הערר ריינער צי איהם קימען אין יער דען בעדאנקען בדי מען זאל איהם בעדיענען, אין אזוי איז ער גע־ לעגען צו בעט ביז אין זיין טוידט אריין. אויך דיא פיס זענען איהם געשווארען געווארען. אין דער מענשליכער נאטור איז ער